🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ט טבת תשפ״ו · Jan 18, 2026 · 8:04 PM
#2364
= רעווא דרעווין =

ארום 5:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הישיבה סניף ויואל משה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' לייביש טויב הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר שרגא גאנדל שליט"א,
בעל קורא: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו,
כהן: מוה"ר ישראל כ"ץ הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' אברהם שמחה הירש הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק',
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר שמואל לאנדא הי"ו.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו של"ס,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן מיט די זמירות של"ס,
דער רב האט ממשיך געווען פאר עטליכע שעה מיט פילע ניגוני התעוררות אריינברענגענדיג דעם גאנצן ציבור אין א העכערן אטמאספער.

הונדערטער אנשי שלומינו פון איבער דעם גאנצן שטאט האבן געשטראמט לענגאויס די גאנצע צייט מיטצוהאלטן די געהויבענע שלש סעודות, און די הונדערטער תלמידי הישיבה זענען געשטאנען ארום דעם גאנצן ביהמ"ד, דעם גאנצן היכל הביהמ"ד איז געווען פול מן הקצה אל הקצה און די הונדערטער באטייליגטע זענען געשטאנען מיט דארשט אויסצוהערן די דברי תורה וואס האבן זיך געגאסן כמעיין המתגבר.

דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוק 'גם אני שמעתי את נאקת בני ישראל אשר מצרים מעבידים אותם ואזכור את בריתי', און אין די מדרשים און מסורות וואס ווערן געברענגט אינעם פרשה,
דער רב האט דערמאנט די ווערטער פונעם רמ"ק אז אלע כוחות וואס א מענטש האט קומט פונעם באשעפער, איז וויאזוי קען א מענטש גיין מיט די כוחות וואס די באשעפער גיבט אים און טוהן זאכן וואס זענען נישט די רצון ה',
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים און בקול זעקה מיט בכיות עצומות האט דער רב מעורר געווען די לבבות פון אלע הונדערטער באטייליגטע, דער רב האט ארויסגעברענגט אז דער באשעפער באגלייט יעדן איד אויף טריט און שריט, און מען דארף לערנען זיין תורה כדי צו וויסן וואס דער באשעפער איז און דורכדעם וועט מען צוקומען אז מען זאל נישט זינדיגן און מען וועט וויסן וויאזוי תשובה צו טוהן,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז דער באשעפער ווארט און ערווארט פון יעדע איד תשובה צו טוהן און האפט אויף זיין צוריקקער, און עד יום מותו מחכה לו אויף זיין תשובה, און מיט דעם האט דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוקי הפרשה,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן אז יעדער זאל קענען צוקומען צו א ריכטיגע תשובה, און מ'זאל גיין קעגן משיח צדקינו בב"א.

דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א - מנהל ישיבה גדולה סניף דברי יואל.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר איתמר מייזליש שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק',
נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה,
נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 8:45, און דער ציבור האט ארויסבאגלייט דעם רב בשירה וזמרה,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= מוצאי שבת קודש =

ארום 10:00 איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים ביי מוה"ר אליעזר מאשקאוויטש הי"ו ומשפחתו היושבים ע"פ בנם הב' ע"ה.

ארום 10:15 האט זיך דער רב באטייליגט בײם תנאים פון די מחותנים מוה"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו און מוה"ר ירמי' לעווי הי"ו אין די זאלן פון בבית רבינו איהעל קט., דער רב האט געליינט תנאים.

דערנאך ארום 10:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 182