🌴בצל מורינו🌴 שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נכדת בנו בכורו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, יום ב' יתרו במקהלות אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומ"ס.
🌴בצל מורינו🌴 שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נכדת בנו בכורו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, יום ב' יתרו במקהלות אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומ"ס.
🌴בצל מורינו🌴 שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נכדת בנו בכורו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, יום ב' יתרו במקהלות אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומ"ס.
🌴בצל מורינו🌴 שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נכדת בנו בכורו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, יום ב' יתרו במקהלות אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומ"ס.
🌴בצל מורינו🌴 שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נכדת בנו בכורו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, יום ב' יתרו במקהלות אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומ"ס.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים אסיפת הרבנים נגד פגעי הטעכנעלאגיע אינאיינעם מיט פילע רבנים פון איבער גרעיטאר ניו יארק און ניו דזשערסי פארגעקומען היינט מיטאג אין ניו דזשערסי. ~🌴~ https://t.me/Satmar_Williamsburg_Ruv
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
נאכמיטאג ארום 5:00 איז דער רב אנגעקומען אינאיינעם מיט אביו הגדול רבינו שליט"א אויף א באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק', וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינאיינעם מיטן רב אויפן גאנצן סדר האפי' און אלעס ארום.
דערנאך איז דער רב אריבער אינאיינעם מיטן רבי צום שטוב פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל נישואי בנו למז"ט.
פון דארט איז דער רבי אינאיינעם מיטן רב אנגעקומען אויף א באזוך בהיכל כוללנו 'מבצר הלומדים' וואו דער רבי אינאיינעם מיטן רב זענען ארומגעגאנגען צווישן די פילע לומדים מיט גרויס קורת רוח.
דערנאך איז דער רב ארויסגעפארן קיין בארא פארק, ביים אנקומען האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר יואל מאליק שליט"א - מפרעמישלאן וומ"ס עב"ג הכלה בת הר"ר אסף וואהלבערג שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון תפארת מרדכי.
ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול אין ב"פ.
אום 9:00 איז דער רב אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די עלטער זיידע כ"ק גאב"ד קהלתינו הק' ב"פ שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון בית אסתר, עס האבן אויפגעטראטן הר"ר זושא מייזליש שליט"א, אבי הכלה הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, הגה"צ ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א - אב"ד סיגוט, הר"ר יואל ב"ר יוסף מייזליש שליט"א - וויען, מיט ברכות המזון האט מען מכבד געווען דעם אבי הכלה הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א, ברכות ראשונות: די זיידע הרה"ג ר' זאב אנפאנג שליט"א, ברכות אחרונות: דער אבי החתן הגה"צ אב"ד פינטשוב שליט"א, ברכה אחריתא: כ"ק גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
דערנאך איז דער רב צוריקגעפארן קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש, ביים חתונה פון החתן בן הר"ר ברוך בענדיט לויפער שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר ישעי' גרויס שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר, ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' לוי יצחק ליכטנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד שכונת קעסקעיד דקהלתינו הק' אין די זאל פון כתר ריזל, און ביים וואכנאכט פון מוה"ר אלחנן דוב שטערן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין שטוב פון זיין שווער הר"ר משה יצחק בערנשטיין שליט"א.
דערנאך האט מען אויפגערופן די זיידע האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, נאך די ריקודין האט האדמו"ר ממאשלוי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט רבינו שליט"א ובנו דער רב שליט"א, דערנאך האט מען אויפגערופן די זיידע הרה"ג ר' זאב אנפאנג שליט"א, און דערנאך די מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דער בדחן האט אויפגערופן די חתן וכלה, דער רב האט געוואונטשן ברכת מזל טוב פאר אמו הרבנית הצדיקת תליט"א, און פארן חתן און מחותנים, מען האט געענדיגט אום 3:20 און דער רב איז אהיים לביתו.
דערנאך איז אנגעקומען די עלטער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, דער רב האט אנגעגאסן לחיים פארן באבוב 45 רבי, ס'האט זיך פארצויגן א שיינע ידידות'דיגע שמועס צווישן דעם רבי'ן און האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, דערנאך האט מען זיך געוואונטשן ברוב ברכות און די באבוב 45 רבי האט געווינטשן פארן חתן מחותנים זיידעס און באזונדער פארן רב ברוב ידידות, און דער רבי האט אים מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן און דערנאך האבן די רבי'ס זיך ארויסגעלאזט און א דערהויבענע ריקוד, און דער רבי האט ארויסבאגלייט דער באבוב 45 רבי.
דערנאך איז דער רב אראפ צום חלל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען די דערהויבענע ריקודין של שמחה, צום ערשט האט דער רב געטאנצן מיט משפחת המלוכה בני וחתני רבינו שליט"א ונכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און דערנאך מיט אנדערע קרובי המשפחה, באזונדער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א אינאיינעם מיט הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א - אב"ד סיגוט בן הגה"צ דער רב שליט"א, דערנאך האט דער רב געטאנצן א לענגערע צייט אינאיינעם מיט תלמידיו הקרויים בנים תלמידי ישיבה לצעירים און דערנאך באזונדער מיט די תלמידים פון די ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה, דערביי האט דער רב געטאנצן באזונדער מיט די מנהלי הישיבות און די איינגעשטעלטע, דערנאך איז דער רב געטאנצן מיט הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א ר"י אוהל תורה ב"פ אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתו וואו די מחותן הרה"ג אב"ד פינטשוב שליט"א דינט אלס ר"מ בישיבה.
דערנאך איז דער רב געטאנצן ברגשי קודש ובאש שלהבת בניגוני שבת קודש מיטן מחותן הגה"צ אב"ד פינטשוב שליט"א.
אזוי אויך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א מחול צדיקים מיט האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און אחיו האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוק ענד וויינד שליט"א, און באזונדער מיט ש"ב הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
ארום 10:20 האט מרן רבינו שליט"א פארלאזט דעם היכל הביהמ"ד און דער רב האט ממשיך געווען די ריקודין אינאיינעם מיטן ציבור, ארום 10:50 איז דער רב אריבער לחדרו הפרטי.
אום 11:20 איז רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און מען האט געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות.
פארן בענטשן איז אנגעקומען די עלטער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ לאנדאן שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און זיך געוואונטשן ברוב ידידות, און דער וויזשניצע רבי האט געווינטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס און באזונדער פאר ידידו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, און דערנאך האט דער רבי אים מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן און דערנאך האבן די רבי'ס זיך ארויסגעלאזט אין א דערהויבענע ריקוד.
אזוי אויך האט זיך באטייליגט האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דערנאך האבן די רבי'ס זיך געוואונטשן און די ספינקא רבי האט געווינטשן פארן חתן מחותנים זיידעס און באזונדער פאר ידידו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, און דערנאך האט דער רבי אים מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן און דערנאך האבן די רבי'ס זיך ארויסגעלאזט און א דערהויבענע ריקוד.
נאכ'ן בענטשן האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן מרן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן רב שליט"א, וכל העם הנאספים, דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך אין א פייערליכע דערהויבענע ריקוד מיט בנו בכורו כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פאר א לענגערע צייט, און באזונדער מיט נכדו אבי הכלה הרה"ג ר' חיים צבי שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט די משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
דערנאך האט מען אויפגערופן די געהויבענע זיידע כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שבח והודי' מיט גרויס התעוררות פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רב אפגעראכטן די ריקודין לפני הכלה מיט גרויס התרגשות און שמחה פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איז מרן רבינו שליט"א אראפגעקומען פון די אויבנאן צו טאנצן מיט נכדיו בני משפחתן פונעם רב שליט"א פאר א לענגערע צייט.
= שמחת החתונה פונעם צווייטן אור אייניקל פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און צווייטן אייניקל ביי כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הכלה בת לבנו הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, חתן האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הרה"ג ר' חיים צבי ראטענבערג שליט"א - אב"ד פינטשוב, בן הגה"צ אבד"ק וואוידסלאוו זצ"ל וחתן הגה"צ אבד"ק דאמבראווא זצ"ל =
אום 5:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר א' בביהמ"ד הגדול, נאך מנחה איז דער רב אריין אין די חדרי התפילה וואו רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת מנחה און הונדערטער אידן זקנים ונערים זענען אדורך לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
דערנאך איז דער רב אריין אינאיינעם מיט אביו הגדול מרן רבינו שליט"א בהיכל בית המדרש הגדול צום מעמד קבלת פנים, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות און הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט פארגעזינגען האט אויפגעטראטן מיט דברי כיבושין ארויסברענגענדיג די געהויבענע זמן און מעורר געווען דעם זכות אבות מיטן אויסרעכענען דעם שלשלת היוחסין פון ביידע צדדים, דערנאך האט מען געמאכט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר'ן חתן און מחותנים און פאר'ן זיידן דער רב שליט"א און די אנדערע זיידעס און דעם גאנצן ציבור, און דער רב האט מסדר געווען די כתובה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בקול בכי און מעורר געווען די זכות אבות, און דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן, איידערן מעמד החופה האט רבינו שליט"א געבענטשט דעם רב שליט"א ברכת יברכך.
דערנאך איז פארגעקומען דעם מעמד החופה במעמד אלפי אנ"ש, רבינו שליט"א האט מכבד געווען מחותנו האדמו"ר ממאשלוי שליט"א מיט סידור קידושין, קריאת הכתובה: די זיידע מצד החתן הגה"צ ר' וועלוול אנפאנג שליט"א, ברכות ראשונות: כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א - פעטער מצד החתן, ברכה אחריתא: האדמו"ר מדאמבראווא שליט"א - פעטער מצד החתן, דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, נאכן חופה האט מען זיך געוואונטשן מזל טוב און דער רב האט זיך באגריסט מיט האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, דערנאך איז דער רב צוגעגאנגען צום קאר וואו עס איז געזעצן חותנו כ"ק גאב"ד קהילתינו ב"פ שליט"א און זיך געוואונטשן מזל טוב, תיכף דערנאך איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי בבנין הביהמ"ד און געדאוונט תפילת מעריב.
אום 7:40 איז דער רב ערשינען צום סעודת החתונה און אנטפאנגן געווארן בשירה וזמרה דורך אלפי אנשי שלומינו, ביים אריינקומען האט דער רב געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן מיט גרויס התרגשות און שמחה, און זיך געוואשן צום סעודת החתונה, נאך די פיש איז דער רב אראפ אין צענטער פון ביהמ"ד און ארומגעגאנגען צווישן די טישן וואונטשן לחיים פאר די הונדערטער אנ"ש בצהלת פנים, דערנאך איז דער רב צוריק ארויף אויפן אויבנאן און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מלא שמחה ודביקות על כל החסד אשר עשית עמדי וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, מען האט אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים און דערביי האט מען געזינגען עטליכע ניגוני הודאה, דערנאך איז דער רב אראפ צום חלל הביהמ"ד וואו דער רב האט געטאנצן מיט חברי אהבת קדומים דקהלתינו הק' מיט יעדעם באזונדער פאר א לענגערע צייט.
🌴בצל מורינו🌴 = מאנטאג פרשת יתרו - ט"ו בשבט - יום החופה =
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו לייגן תפילין דר"ת, עס זענען אריין עטליכע תלמידי ישיבה לצעירים פון תשפ"ה און האבן איבערגעגעבן פאר'ן רב א קוויטל כוללת פון די תלמידים שנת תשפ"ה.
דערנאך ארום 10:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד חמשה עשר בשבט, דער רב האט אנגעהויבן עטליכע ניגוני התעוררות, און דערנאך טועם געווען פון די פירות, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הכנה והתעוררת לקראת דעם חתונה הגדולה, דער רב האט מעורר געווען די בחורים אז מ'זאל אויסנוצן די הייליגע מינוטן בעת וואס די אבות הקדושים קומען אראפ ביים געהויבענעם שמחה, מיטן זיך אויסבעטן כל מיני ישועות און בפרט מיט ערליכע דורות, און דער רב געענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידים.
דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר'ן רב א קוויטל כוללת פון די תלמידים, און דער רב האט ארויסגעזאגט יעדעס נאמען בדמעות שליש אינזין האבנדיג יעדן תלמיד באזונדער בדי מחסורו אשר יחסר לו בעת וואס די בחורים האבן געזונגען "ויהיו זרעי וזרע זרעי" עטליכע מאל נאכאנאנד מיט גרויס התעוררות, מען האט געענדיגט ארום 11:15 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אינדערפרי ארום 9:30 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף כ"ט ע"א - ל"א ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר שלמה חיים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר הלל קליין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר מרדכי צבי רעטעק הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל, דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חופה פון החתן בן הגה"צ ר' יוסף מאיר שטיין שליט"א עב"ג הכלה בת הגה"צ אב"ד סעליש שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל.
דערנאך איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים ביי משפחת ברוינשטיין היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' ישראל משה ע"ה.
🌴בצל מורינו🌴 נאך פון געהויבענע מצוה טאנץ פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים חתונה הגדולה פון נכדתו הכלה בבית מדרשינו הגדול אין וומ"ס, - ביי די ניגוני התעוררות איידערן מצוה טאנץ און דערנאך ביי די געהויבענע מצוה טאנץ. ~🌴~ https://t.me/Satmar_Williamsburg_Ruv
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אין פייערדיגע ריקודין אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן נעכטן אויפדערנאכט בעת סעודת החתונה בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומ"ס וואס איז אפגעראכטן געווארן בראשות דעם רב שליט"א. ~🌴~ https://t.me/Satmar_Williamsburg_Ruv
🌴בצל מורינו🌴 געהויבענע מצוה טאנץ פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים חתונה הגדולה פון נכדתו הכלה בבית מדרשינו הגדול אין וומ"ס. ~🌴~ https://t.me/Satmar_Williamsburg_Ruv