דערנאך איז אנגעקומען די עלטער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א,
דער רב האט אנגעגאסן לחיים פארן באבוב 45 רבי,
ס'האט זיך פארצויגן א שיינע ידידות'דיגע שמועס צווישן דעם רבי'ן און האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, דערנאך האט מען זיך געוואונטשן ברוב ברכות און די באבוב 45 רבי האט געווינטשן פארן חתן מחותנים זיידעס און באזונדער פארן רב ברוב ידידות, און דער רבי האט אים מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן און דערנאך האבן די רבי'ס זיך ארויסגעלאזט און א דערהויבענע ריקוד, און דער רבי האט ארויסבאגלייט דער באבוב 45 רבי.
דערנאך איז דער רב אראפ צום חלל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען די דערהויבענע ריקודין של שמחה,
צום ערשט האט דער רב געטאנצן מיט משפחת המלוכה בני וחתני רבינו שליט"א ונכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און דערנאך מיט אנדערע קרובי המשפחה,
באזונדער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א אינאיינעם מיט הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א - אב"ד סיגוט בן הגה"צ דער רב שליט"א,
דערנאך האט דער רב געטאנצן א לענגערע צייט אינאיינעם מיט תלמידיו הקרויים בנים תלמידי ישיבה לצעירים און דערנאך באזונדער מיט די תלמידים פון די ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה,
דערביי האט דער רב געטאנצן באזונדער מיט די מנהלי הישיבות און די איינגעשטעלטע,
דערנאך איז דער רב געטאנצן מיט הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א ר"י אוהל תורה ב"פ אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתו וואו די מחותן הרה"ג אב"ד פינטשוב שליט"א דינט אלס ר"מ בישיבה.
דערנאך איז דער רב געטאנצן ברגשי קודש ובאש שלהבת בניגוני שבת קודש מיטן מחותן הגה"צ אב"ד פינטשוב שליט"א.
אזוי אויך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א מחול צדיקים מיט האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און אחיו האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוק ענד וויינד שליט"א,
און באזונדער מיט ש"ב הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
ארום 10:20 האט מרן רבינו שליט"א פארלאזט דעם היכל הביהמ"ד און דער רב האט ממשיך געווען די ריקודין אינאיינעם מיטן ציבור,
ארום 10:50 איז דער רב אריבער לחדרו הפרטי.
אום 11:20 איז רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און מען האט געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות.
פארן בענטשן איז אנגעקומען די עלטער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ לאנדאן שליט"א,
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און זיך געוואונטשן ברוב ידידות, און דער וויזשניצע רבי האט געווינטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס און באזונדער פאר ידידו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, און דערנאך האט דער רבי אים מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן און דערנאך האבן די רבי'ס זיך ארויסגעלאזט אין א דערהויבענע ריקוד.
אזוי אויך האט זיך באטייליגט האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א,
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דערנאך האבן די רבי'ס זיך געוואונטשן און די ספינקא רבי האט געווינטשן פארן חתן מחותנים זיידעס און באזונדער פאר ידידו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
און דערנאך האט דער רבי אים מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן און דערנאך האבן די רבי'ס זיך ארויסגעלאזט און א דערהויבענע ריקוד.
נאכ'ן בענטשן האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן מרן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן רב שליט"א, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך אין א פייערליכע דערהויבענע ריקוד מיט בנו בכורו כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פאר א לענגערע צייט, און באזונדער מיט נכדו אבי הכלה הרה"ג ר' חיים צבי שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט די משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
דערנאך האט מען אויפגערופן די געהויבענע זיידע כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שבח והודי' מיט גרויס התעוררות פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רב אפגעראכטן די ריקודין לפני הכלה מיט גרויס התרגשות און שמחה פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איז מרן רבינו שליט"א אראפגעקומען פון די אויבנאן צו טאנצן מיט נכדיו בני משפחתן פונעם רב שליט"א פאר א לענגערע צייט.

👁 164