🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ז שבט תשפ״ו · Feb 4, 2026 · 10:03 PM
#2446
"קול צהלה ורנה שפתינו אז תרננה - שישו ושמחו בשמחת רבינו ומורינו"

= שמחת החתונה פונעם צווייטן אור אייניקל פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און צווייטן אייניקל ביי כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הכלה בת לבנו הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, חתן האדמו"ר ממאשלוי שליט"א,
עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הרה"ג ר' חיים צבי ראטענבערג שליט"א - אב"ד פינטשוב, בן הגה"צ אבד"ק וואוידסלאוו זצ"ל וחתן הגה"צ אבד"ק דאמבראווא זצ"ל =

אום 5:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר א' בביהמ"ד הגדול,
נאך מנחה איז דער רב אריין אין די חדרי התפילה וואו רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת מנחה און הונדערטער אידן זקנים ונערים זענען אדורך לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.

דערנאך איז דער רב אריין אינאיינעם מיט אביו הגדול מרן רבינו שליט"א בהיכל בית המדרש הגדול צום מעמד קבלת פנים,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות און הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט פארגעזינגען האט אויפגעטראטן מיט דברי כיבושין ארויסברענגענדיג די געהויבענע זמן און מעורר געווען דעם זכות אבות מיטן אויסרעכענען דעם שלשלת היוחסין פון ביידע צדדים,
דערנאך האט מען געמאכט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר'ן חתן און מחותנים און פאר'ן זיידן דער רב שליט"א און די אנדערע זיידעס און דעם גאנצן ציבור, און דער רב האט מסדר געווען די כתובה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בקול בכי און מעורר געווען די זכות אבות,
און דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן,
איידערן מעמד החופה האט רבינו שליט"א געבענטשט דעם רב שליט"א ברכת יברכך.

דערנאך איז פארגעקומען דעם מעמד החופה במעמד אלפי אנ"ש,
רבינו שליט"א האט מכבד געווען מחותנו האדמו"ר ממאשלוי שליט"א מיט סידור קידושין,
קריאת הכתובה: די זיידע מצד החתן הגה"צ ר' וועלוול אנפאנג שליט"א,
ברכות ראשונות: כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א - פעטער מצד החתן,
ברכה אחריתא: האדמו"ר מדאמבראווא שליט"א - פעטער מצד החתן,
דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים,
נאכן חופה האט מען זיך געוואונטשן מזל טוב און דער רב האט זיך באגריסט מיט האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א,
דערנאך איז דער רב צוגעגאנגען צום קאר וואו עס איז געזעצן חותנו כ"ק גאב"ד קהילתינו ב"פ שליט"א און זיך געוואונטשן מזל טוב,
תיכף דערנאך איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי בבנין הביהמ"ד און געדאוונט תפילת מעריב.

אום 7:40 איז דער רב ערשינען צום סעודת החתונה און אנטפאנגן געווארן בשירה וזמרה דורך אלפי אנשי שלומינו,
ביים אריינקומען האט דער רב געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן מיט גרויס התרגשות און שמחה, און זיך געוואשן צום סעודת החתונה,
נאך די פיש איז דער רב אראפ אין צענטער פון ביהמ"ד און ארומגעגאנגען צווישן די טישן וואונטשן לחיים פאר די הונדערטער אנ"ש בצהלת פנים,
דערנאך איז דער רב צוריק ארויף אויפן אויבנאן און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מלא שמחה ודביקות על כל החסד אשר עשית עמדי וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט,
מען האט אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים און דערביי האט מען געזינגען עטליכע ניגוני הודאה,
דערנאך איז דער רב אראפ צום חלל הביהמ"ד וואו דער רב האט געטאנצן מיט חברי אהבת קדומים דקהלתינו הק' מיט יעדעם באזונדער פאר א לענגערע צייט.

ארום 9:10 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת החתונה,
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת החתונה,
ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א ובראשם דער געהויבענע זיידע דער רב שליט"א צו טאנצן מיטן חתן.

במשך די סעודה האט זיך באטייליגט די עלטער פעטער פון כלה כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי שליט"א,
דער רבי האט אים מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט און א דערהויבענע ריקוד מיט'ן רבי'ן,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דער וויזשניצע רבי מיט לחיים און ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פאר לענגערע מינוטן, מ'האט זיך געוואונטשן לחיים און די וויזשניץ מאנסי רבי האט געוואונטשן פארן חתן מחותנים זיידעס און באזונדער געוואונטשן ברוב ידידות פאר הגה"צ דער רב שליט"א, און דער רבי האט ארויסבאגלייט די וויזשניצע רבי שליט"א.
👁 128