🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ז שבט תשפ״ו · Feb 4, 2026 · 10:42 PM
#2449
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת יתרו =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.

נאכמיטאג ארום 5:00 איז דער רב אנגעקומען אינאיינעם מיט אביו הגדול רבינו שליט"א אויף א באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק', וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינאיינעם מיטן רב אויפן גאנצן סדר האפי' און אלעס ארום.

דערנאך איז דער רב אריבער אינאיינעם מיטן רבי צום שטוב פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל נישואי בנו למז"ט.

פון דארט איז דער רבי אינאיינעם מיטן רב אנגעקומען אויף א באזוך בהיכל כוללנו 'מבצר הלומדים' וואו דער רבי אינאיינעם מיטן רב זענען ארומגעגאנגען צווישן די פילע לומדים מיט גרויס קורת רוח.

דערנאך איז דער רב ארויסגעפארן קיין בארא פארק,
ביים אנקומען האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר יואל מאליק שליט"א - מפרעמישלאן וומ"ס עב"ג הכלה בת הר"ר אסף וואהלבערג שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון תפארת מרדכי.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול אין ב"פ.

אום 9:00 איז דער רב אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די עלטער זיידע כ"ק גאב"ד קהלתינו הק' ב"פ שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון בית אסתר,
עס האבן אויפגעטראטן הר"ר זושא מייזליש שליט"א, אבי הכלה הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, הגה"צ ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א - אב"ד סיגוט, הר"ר יואל ב"ר יוסף מייזליש שליט"א - וויען,
מיט ברכות המזון האט מען מכבד געווען דעם אבי הכלה הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א,
ברכות ראשונות: די זיידע הרה"ג ר' זאב אנפאנג שליט"א,
ברכות אחרונות: דער אבי החתן הגה"צ אב"ד פינטשוב שליט"א,
ברכה אחריתא: כ"ק גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.

דערנאך איז דער רב צוריקגעפארן קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש,
ביים חתונה פון החתן בן הר"ר ברוך בענדיט לויפער שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר ישעי' גרויס שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' לוי יצחק ליכטנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד שכונת קעסקעיד דקהלתינו הק' אין די זאל פון כתר ריזל,
און ביים וואכנאכט פון מוה"ר אלחנן דוב שטערן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין שטוב פון זיין שווער הר"ר משה יצחק בערנשטיין שליט"א.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 191