🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת יתרו - ט"ו בשבט - יום החופה =
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו לייגן תפילין דר"ת,
עס זענען אריין עטליכע תלמידי ישיבה לצעירים פון תשפ"ה און האבן איבערגעגעבן פאר'ן רב א קוויטל כוללת פון די תלמידים שנת תשפ"ה.
דערנאך ארום 10:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד חמשה עשר בשבט,
דער רב האט אנגעהויבן עטליכע ניגוני התעוררות, און דערנאך טועם געווען פון די פירות,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הכנה והתעוררת לקראת דעם חתונה הגדולה,
דער רב האט מעורר געווען די בחורים אז מ'זאל אויסנוצן די הייליגע מינוטן בעת וואס די אבות הקדושים קומען אראפ ביים געהויבענעם שמחה, מיטן זיך אויסבעטן כל מיני ישועות און בפרט מיט ערליכע דורות, און דער רב געענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידים.
דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר'ן רב א קוויטל כוללת פון די תלמידים, און דער רב האט ארויסגעזאגט יעדעס נאמען בדמעות שליש אינזין האבנדיג יעדן תלמיד באזונדער בדי מחסורו אשר יחסר לו בעת וואס די בחורים האבן געזונגען "ויהיו זרעי וזרע זרעי" עטליכע מאל נאכאנאנד מיט גרויס התעוררות,
מען האט געענדיגט ארום 11:15 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

👁 141