= רעוא דרעוין =
ארום 5:50 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל אשר אנשיל הורוויץ שליט"א,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: ר' אהרן יואל רובין הי"ו,
לוי: מוה"ר הלל מנשה מארמארשטיין הי"ו,
שלישי: הר"ר ישכר יאקאב שליט"א - מנהל מוסדותינו הק' ירושלים,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר יואל ניימאן הי"ו.
דער רב האט זיך געוואשן צו של"ס,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה לאקס הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב אויפפלאמענדיג די הערצער פון אידישע קינדער לאבינו שבשמים אין די יעצטיגע וואכן פון די ימי השובבי"ם,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק אין די שירה 'תפול עליהם אימתה ופחד בגדול זרועך ידמו כאבן, עד יעבור עמך ה' עד יעבור עם זו קנית',
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים, און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט אן עבירה, איז שווער א קשיא וואס טראכט ער בשעת מעשה, אויב טראכט ער נישט פונעם אויבערשטן איז די חסרון אין אמונה ערגער ווי די עבירה אליינס, און די תירוץ איז אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, ער האט טאקע נישט געטראכט,
אבער אפילו מען זינדיגט, טראכט מען נאכאלץ פונעם אויבערשטן, און דער באשעפער איז עדות אז מ'טראכט פון אים, און מ'וויל באמת נישט זינדיגן,
דער רב האט עס אריינגעטייטשט אינעם פסוק 'בגדול זרועך' די גוים זעען אז ימינך פשוטה לקבל שבים אבער נאר פאר אידן, און די סיבה איז ווייל 'עד יעבור' אפילו זיי זינדיגן, 'עמך השם' זענען זיי נאך דיין פאלק, און 'עד' דער באשעפער איז עדות אז אפי' 'יעבור עמך' איז 'השם' טראכטן זיי נאכאלץ פונעם אויבערשטן.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיכער מאכן נישט צו פארשמירן דאס מויל ווייל נאר מיט דעם קען מען זיך פארענטפערן, דאס איז די שליח צום אויבערשטן, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון אמירת תהלים, וויפיל דאס רייניגט אויס א מענטש, און ס'העלפט מורא'דיג שטארק, ס'איז מסוגל פאר אסאך זאכן.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זיך נישט דארפן פארענטפערן אז מ'האט געהאט א רוח שטות, און מ'זאל שוין זוכה זיין צו מקבל זיין פני משיח צדקינו בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ,
קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א,
דערנאך האט דער רב געזאגט די שבע ברכות פאר החתן צבי בה"ר איתמר טובי' קויפמאן ני"ו, און פאר החתן חיים צבי ב"ר יהוסף לאקס ני"ו.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפילה: מוה"ר יודל היימאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
א גוטע וואך.
~🌴~

👁 104