🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב שבט תשפ״ה · Feb 10, 2025 · 12:01 PM
#810
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת יתרו =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג,
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד השמחה, און דערנאך זענען אלע בחורים אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ב' ע"א - ד' ע"א.

נאכ'ן שיעור איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל התחלת מסכת קידושין ולרגל די שמחה במעונו פונעם רב שליט"א,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און ארום 1:05 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט ארום 7:00 איז דער רב אנגעקומען קיין בארא פארק וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן אלטר ישעי' ב"ר יואל ביקעל הי"ו עב"ג הכלה בת ר' יואל גוטמאן הי"ו אין די זאל פון כרם מנחם.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען אויף א באזוך ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א בביתו אין בארא פארק, וואונטשן מזל טוב לרגל די שידוך שליסן פון א קינד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים,
האדמו"ר ממאשלוי שליט"א האט מכבד געווען דער רב מיט לחיים און אנגעוואונטשן לרגל די שידוך שליסן פונעם ערשטן אייניקל ביים רב, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז אינדרויסן.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
אום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות בחצר הקודש סקולען וויליאמסבורג,
החתן בן כ"ק אדמו"ר מסקולען וומ"ס שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יואל ארי' שטערן שליט"א - מאנסי, בן הגה"צ ר' אברהם שמואל שטערן זצ"ל - ר"י תורת חסד חתן הגה"צ אדמו"ר מדאמבראווא מאנסי שליט"א וואס איז פארגעקומען בביהמ"ד החדש סקולען אין וויליאמסבורג,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
האדמו"ר מסקולען שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיט'ן אויבנאן, דערנאך האט דער רב געטאנצן מיט'ן חתן און באזונדער מיט האדמו"ר מסקולען שליט"א.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 94