🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ט׳ שבט תשפ״ה · Feb 7, 2025 · 2:08 PM
#787
= מעמד קישור החיתון =

ארום 10:10 איז דער רב אנגעקומען צום בית המדרש עצי חיים סיגוט וואו עס איז פארגעקומען דעם גרויסארטיגן מסיבת לחיים בהשתתפות מאות אנשי שלומינו לרגל דעם שמחת קישור החיתון פונעם אייניקל,
מ'האט געזינגען ניגוני שמחה ודביקות פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, פאר די חשוב'ע זיידעס, און פאר'ן גאנצן ציבור,
דער פילקעפיגער ציבור וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט ספעציעל אפצוגעבן א מזל טוב, זענען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א און פאר די מחותנים, עס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט.

דערנאך האבן די מחותנים און זיידעס אויפגעטרעטן מיט דרשות, ווען אינצווישן זינגט דער ציבור ניגוני שמחה,
עס האט אויפגעטרעטן דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מחותן אבי הכלה הרה"ג ר' יואל שליט"א.

דער רב האט משמיע געווען התרגשות'דיגע דיבורים לכבוד השמחה, דער רב האט געזאגט א דבר תורה אויפ'ן פסוק 'לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו',
מרוגש ביז טרערן האט דער רב געדאנקט דעם אויבערשטן אויף אלע חסדים וואס דער אויבערשטער האט געטוהן ביז אהער, און געזאגט אז יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן וויפיל גוטס דער אויבערשטער האט שוין אלץ געטוהן מיט מיר.

דאן האט דער רב אויסגערימט דעם חתן מורא'דיג שטארק, און פארציילט אז בהשגחה פרטית איז אויסגעקומען נאך די ימים טובים צו פארהערן דעם חתן יורה דעה חלק א', וואס אפילו איך פארהער שוין נישט אזוי סאך לעצטנס, האב איך עס אבער געטוהן פאר כבוד בית אבותיו, שטאמענדיג פון אזעלכע צדיקים וגאונים, און איך בין ארויס פון התפעלות און שטוינונג פון די קלארע הבנה שנעלע תפיסה און גוטע זכרון פונעם חתן, כ'האב דאן געטראכט ביי מיר הלואי ער קומט אריין ביי אונז אין די משפחה, און צוגעלייגט אז ווען כ'האב גערעדט צום טאטן בנוגע שידוכים און געזאגט וואס מ'טראגט אלץ אן, ווען ס'איז געקומען צו דעם נאמען איז דער טאטע אויפגעשפרינגען זאגנדיג אז כ'האב אים פארהערט לעצטנס און כ'האב עס אויסטערליש באוואונדערט, און דערביי געטראכט הלואי ער קומט אריין ביי אונז אין די משפחה, דאן האב איך געוואוסט אז כ'בין מיר נישט טועה, און דער חתן ברוך השם איז כליל המעלות ורום המידות,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן חתן, חתנו הרה"ג ר' יואל, די מחותנים און זיידעס, און פאר'ן גאנצן ציבור.

עס האט אויפגעטרעטן דער מחותן אבי החתן ר' יעקב שלמה שליט"א, דערנאך האט דער חתן געזאגט א פשעטל און מ'האט אריינגעזינגען כנהוג.

דערנאך האט זיך דער אויבנאן ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטן אינאיינעם מיט'ן גאנצן פארזאמעלטן ציבור,
באזונדער האט זיך אנגעזעהן ש"ב הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען באשיינען דעם שמחה, ביים אנקומען האט ר' אהרן מענדל ווארעם אנגעוואונטשן ברכת מזל טוב פאר'ן רב שליט"א און איבערגעגעבן א מזל טוב בשם אביו הגדול,
דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט הרה"צ ר' אהרן מענדל, און דערנאך צוזאמען מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
מען האט געענדיגט ארום 11:45, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 118