ארום 5:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צום דרשת שבת שובה,
דער רב האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית און ארויף צום ארון הקודש וואו דער רב האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישות,
דער רב האט אנגעהויבן די שבת שובה דרשה און א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי דרוש ופלפול ואגדה אין די סוגיא פון מצוה לאוו ליהנות נתנו און צוזאמגעפלאכטן אינעם סוגיא פון חצי שיעור וואס מרן רבינו שליט"א האט פארגעלערנט אין די פארגאנגענע וואכן בהיכל הישיבה,
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען בדברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען אז מ'זאל זעהן צו קובע זיין א שיעור יעדן אינדערפרי, און אזוי אויך קובע זיין א שיעור אויף זונטאג כדי אנצופאנגען די וואך מיט תורה,
מ'זאל אויסשטעלן די גאנצע טאג צו קענען דאווענען אלע דריי תפילות בציבור,
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח פון די הונדערטער נשים צדקנית וועלכע האבן געשניטן די שייטלען, און האט שוין אפגעקאסט קרוב צו צוואנציג טויזנט דאלער! און דער רב האט מחזק געווען די תקנה,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער חבורת קדושות יו''ט וואס דער רב האט מייסד געווען פאר די בחורי חמד, וואו הונדערטער בחורים האבן גענומען א עולם הבא מסכתא און קאכן זיך אין ספר סידורו של שבת און משנת ויואל משה,
דער רב האט מעורר געווען די עלטערן מען זאל נישט אריינברענגען א קאלטקייט אין די בחורים ווי טראגן צו שפּילן וכדו', דער רב האט אויסגעפירט אז אויב יא זאל מען נישט קומען מיט טענות צו די מחנכים.., דער רב האט געזאגט אז אפילו די וואס פארן אין קאנטרי אויף יו"ט סוכות וואס איז פארשטענדליך צוליב מען האט נישט קיין געהעריגע סוכות, זאל עס נאכאלטס זיין א ווארעמע יו''ט, און זיך נישט צוזאמען זעצן נאכדעם קוקן א שפיל וואס איז פונקט ווי א טעאטער ר"ל, נאר מען זאל זעהן זיך צו האלטן דערהויבן און הייליג,
דער רב האט ממשיך געווען און ארויסגעברענגט אז די היינטיגע וועלט איז אזוי איינגעפירט אז פילע גייען ארום הערן שיינע בעלי תפילות אין די הייליגע טעג, זאגנדיג, אז ביי אונז האט מען געוויסט אז מען גייט צו א ווארימע בעל תפילה! נישט קיין חזן וואס מאכט א גאנצע קאנצערט ביי בריך שמיה מיט א אפענע ארון קודש,
דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
= רעוא דרעוין =
ארום 7:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו - ק"י,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: מוה"ר יוסף כהנא הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' אלחנן חיים הורוויץ שליט"א - מו"ץ,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' שמואל דייטש הי"ו.
נאך תפילת מנחה איז דער רב אריבער צו היכל תהילות יוסף און זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלו"ס תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'הלה' תגמלו זאת', און אנגעהויבן על דרך משל איבער א מלך וועלכע האט פארטריבן זיינע קינדער, און די צייט וואס די מלך פלעגט זיך מגלה זיין האבן זיי אויפגעהערט זען דעם מלך, האבן זיי אבער געזאגט אז אפילו הלא הוא אביך, הוא איז א לשון נסתר, האט דער רב אויסגעפירט אפילו אויב מיר שפירן נישט דעם אויבערשטן אין די הייליגע טעג עכ"ז שאל אביך ויגדך,
אזוי האבן מיר מקובל און אזוי ווייסן מיר בבירור אז ער איז זיכער דא מיט אונז און ער הערט וואס מיר זענען מתפלל,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:20, און דער רב איז אהיים לביתו.
א גוטע וואך.
~🌴~

👁 146