דער רב האט משמיע געווען די צווייטע מאל דברי תורה, דער רב האט ארומגערעדט איבער דאס וואס רבותינו הקדושים האבן זוכה געווען צו זעהן די פריערדיגע אבות אראפקומען צו די הקפות, דער הייליגער עצי חיים זי"ע איז מסביר אז דאס איז אלס ענין פון גדול העומד על גביו, דער רב האט אבער פארציילט די מעשה וואס רבינו שליט''א דערמאנט אלס איבער דעם אז מ'דארף זיין ראוי צו האבן די זכיה דערצו, ביי שמחת בית השואבה האט מען זיכער זוכה געווען צו די התגלות פון די אבות הקדושים, פארדעם האט מען געדארפט מתקן זיין די תיקון גדו''ל פאר די נשים ווייל אויב נישט וואלט מען חלילה נישט זוכה געווען דערצו, דער רב האט ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע קדושה וואס חסידים ואנשי מעשה האבן געשפירט צו די קדושת הסוכה, עד כדי כך אז דער וויענער רב הגה''צ ר' עזריאל יודא כ''ץ זצ''ל האט מקפיד געווען אז ס'זאל זיך נישט געפינען קיין ענגלישע בוכשטאבן אינעם סוכה, און יעדער איז זיכער מקפיד אז ס'זאל זיין ביותרת הכבוד נישט אריינצוברענגען נישט אויסגעהאלטענע מכשירים וכדומה, אבער דער רבי ז''ל פלעגט זאגן אז ס'דארף זיין תדורו כעין תשבו, ווייל אין היקש למחצה, ממילא דארף מען ארויסגיין סוכות מיט א לימוד אויף א גאנץ יאר וויאזוי זיך אויפצופירן, מיט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט 'אם אני אבא אל ביתי' אויב קען איך אריינקומען אינעם אויבערשטנס הויז, דאס הייסט אז איך האב אן אויסגעהאלטענע שטוב און איך פיר מיר אויף ווי ס'דארף צו זיין, דעמאלטס 'אתה אבא אל ביתך' קען דער אויבערשטער אריינקומען צו מיר אין שטוב.
דער רב האט ממשיך געווען זאגנדיג, דער סידורו של שבת זאגט אז ווען א איד איז מלוכלך בעוונות קען ער נישט שפירן קיין טעם אין קדושה, אבער אז מ'איז מוחל די עוונות ווערט מען ריין, סוכות איז אן ענין פון ''דעת'', למען ידעו, וואס דאס רייניגט פון די עבירות, כאילו הרחקתי נדוד, למען ידעו דורותיכם, אזויווי שבת וועלכע איז משפיע דעת, לדעת כי אני ה' מקדישכם, כי בסוכות הושבת''י, מלשון שבת, ווייל נאך סוכות באקומט יעדע איד א נייע טעם אינעם שבת, פארדעם הייסט עס "שבת בראשית", ווייל ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'שפירט אזא טעם אין שבת.
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון הכנה למצוה, אז פון סוכות אינדערפרי האט מען זיך שוין געגרייט בשמחה רבה צו די מצוה פון אכילת מצה, פארדעם שטייט אשה היתה בוררות חטה וכו', מיר האבן די זכיה צו האלטן די ד' מינים אין די האנט, ונתנו ה' אלקיך בידיך, דער אויבערשטער לייגט זיך אריין אין דיינע היינט, געלויבט דעם אויבערשטן אויף דעם! דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון הושענא רבה, א טאג וואס רבותינו הקדושים האבן אריינגעלייגט אן אויסטערלישע עבודה און מסיים געווען בברכות לרוב אז מ'זאל קענען מיטנעמען די השפעות קדושות אויף ווייטער.
דער רב האט ממשיך געווען און שארף ארומגערעדט איבער די ווייטאגליכע פירצה מיט דעם אז ס'איז אריינגעברענגט געווארן שלא ברשות הנהלת קהילתינו בבית מדרשינו הגדול ווידיאו מאשינען דעם חול המועד, דער רב האט געזאגט אז טראץ וואס די קהילה האט שוין ארויסגעשטעלט א מודעה מוחה צו זיין דערויף שפירט ער אז אלס רב קען ער נישט בלייבן שטיל און ער מוז אויפפאדערן דערוועגן, דער רב האט אויסגעפירט אז כדי אוועקצושטעלן די זאך אז מ'זאל חלילה נישט אנקומען נאכאמאל צו אזא מצב וועט מען אוועקשטעלן א תקנה קבועה בבתי מדרשינו אז ס'זאל נישט פארקומען קיין מעמדים וועלכע איז מיוחד בלויז פאר שירה וזמרה, אויב וויל מען אז ס'זאל זיין נגינה וזמר דארף עס זיין אויף אן אופן פון א סעודה ומסיבה של מצוה, צו א שמחה של מצוה צו א שמחת חתן כלה, אבער בלויז נגינה וזמרה זאל מער נישט פארקומען ביי אונז אין די קהילה, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגוני שמחה, און דער רב האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, מיטן בענטשן האט דער רב מכבד געווען הגה"צ ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' ב"פ , מען האט געענדיגט ארום 12:15 און דער רב איז אהיים לביתו.
ארום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית ברוב עם, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן יודא שווארץ הי"ו, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, און דער רב האט אפגעראכטן די עבודת הנענועים מיט השתפחות הנפש, ווען דערביי האט דער ציבור געזינגן די ניגונים מבי מדרשא של רבותינו הק' זי''ע כנהוג, און דערנאך האט דער רב פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס דביקת והתעוררות.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ, לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הגה"צ אבד"ק צענשקאוויטץ שליט"א, רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד"ק צענשקאוויטץ שליט"א, נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד, מען האט געענדיגט ארום 12:25.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 10:15 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול צום סעודה רבתי לכבוד שמחת בית השואבה במעמד הונדערטער אנ"ש בתופים ובמחולת, ביים אריינקומען האט דער רב געטאנצן עטליכע מינוט אויפן פלאץ, דער רב האט געזאגט די סדר האושפיזין, און זיך געוואשן צום סעודה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזויווי יו"ט, במשך דעם סעודה האט די קאפעליע געזינגן לענגערע ניגוני יו"ט און דער רב האט מעודד געווען די ניגונים.
דער רב האט משמיע געווען די ערשטע מאל דברי תורה, דער רב האט אנגעהויבן, תקנו שם תיקון גדו''ל, די מצוה פון סוכה איז מתקן די חטא פון לשון הרע וועלכע ווערט אנגערופן גדול, לשון מדברת גדולות, יוסף הצדיק איז ניצול געווארן פון נחשי''ם ועקרבים, לשה"ר ווערט אנגערופן נחש, מכח לימוד התורה, שבטים האבן געהאלטן אז לשה''ר קען נישט ווערן מכופר, דער רב האט מאריך געווען איבער דעם אז סוכות איז משפיע אז די אלע השפעות פון ימים נוראים זאל ארויסקומען בהתגלות, אזויווי דער בני יששכר זאגט אז סוכות איז א לשון פון זעהן, און מיט דעם אויסגעטייטשט הגל"ה נא ופרוס חביבי עלי את סוכ"ת שלומיך, באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון שמחה של מצוה וואס דאס איז דאך די גאנצע עבודה אין די טעג, ובפרט אז מיר פרייען זיך מיט דעם אז מיר האבן זיכער גע'פועל'ט אלעס גוטס, דער רב האט ארויסגעברענגט אז אידישע קינדער נעמען זיך צוזאם בשמחת בית השואבה אינעם יו"ט סוכות וועלכע איז אוועקגעשטעלט אויף שמחה איז זיכער אז מ'וועט זוכה זיין צו הראינ''ו ה' חסדיך, די חסד ה' וועט זיין בהתגלות, דער רב האט אויסגעפירט אז דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל שוין זיין התגלו"ת כבוד שמים עלינו בב"א.
מיט די שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען: הרה"ח ר' יוסף יצחק גראד הי"ו, הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו, הרה"ח ר' יוסף קרויס הי"ו, און מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד המעמד אינאיינעם מיט די רבנים אויפן אויבנאן.
ארום 4:10 איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול די גרויסע עלטער זיידע הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די חשובע זיידעס גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, און דערנאך נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור און געזאגט קדיש, מען האט געענדיגט ארום 4:30.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים רבתי לרגל די הכנס"ת בהסוכה הגדולה, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און פאר די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל - בראשית ברא אלקים און ארויסגעברענגט אז משה רבינו האט אראפגעברענגט א מורא הגדול לעיני כל ישראל בראשית, אז גאנץ כלל ישראל זאל וויסן אז די גאנצע קיום העולם איז נאר צוליב די תורה הק', און דער רבי האט געזאגט אז דאס איז פאסיג צו זאגן ביי א שמחת הכנס"ת לע"נ הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע א זון פון קודש הקדשים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע וואס ווער עס איז געקומען קיין צאנז האט דאס געלערנט אז די תורה הק' איז די קיום העולם, דער רבי האט ארומגערעדט איבער די דביקות פון אבותינו ורבותיה"ק זי"ע צום הייליגן צאנזער רב זי"ע און פלעגן אלץ ארומרעדן איבער די קדושה און עבודת השם פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע ובפרט אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע איז אסאך נתגדל געווארן אין ראצפערט, און דער רבי האט געזאגט אז עס איז אים א שמחה אז זיינס אן אייניקל פילט א קשר צו ראצפערט און צאנז און גיבט אריין א ספר תורה לעילו נשמתו, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן בעל שמחה נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א אז די זכות אבות זאל מגין זיין אויף די גאנצע משפחה און מען זאל קענען בלייבן מקושר צו די אבות הק', און געזאגט אז כדאי הוא די צדיקים וקדושים זי"ע אז זיי זאלן קענען מגין זיין און משפיע זיין כל טוב פאר אלע נאספים ומשתתפים, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 5:20.
דער רב איז אהיים לביתו וואו עס איז פארגעקומען די סעודה לכבודה של תורה אין די סוכה שע"י ביתו, צום ערשט האט מען געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך האט זיך דער רב געוואשן צום סעודה, במשכן סעודה האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן מיט די בני המשפחה וואו מען האט פארברענגט אינאיינעם בשבת אחים, און מען האט געזינגן ניגוני תורה וניגוני יו"ט, נאכן סעודה האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביתו.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הוואכנאכט פון נכד אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א בן הנולד אצל חתנו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א וואו דער רב האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר אחיו הגה"צ שליט"א און די גאנצע משפחה, פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
ארום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית ברוב עם, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' לייבוש גרינפעלד הי"ו, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, און דער רב האט אפגעראכטן די עבודת הנענועים מיט השתפחות הנפש, ווען דערביי האט דער ציבור געזינגן די ניגונים מבי מדרשא של רבותינו הק' זי''ע כנהוג, און דערנאך האט דער רב פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס דביקת והתעוררות.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן: כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ, לוי: הר"ר משולם פייש הורוויץ שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו, רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד, מען האט געענדיגט ארום 12:15.
ארום 1:00 נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל צו באשיינען דעם מעמד הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט לע"נ זקינו הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
דערנאך האט הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיטן ספר תורה און דערנאך מכבד געווען עטליכע חשובי נכבדי אנ"ש צו טאנצן מיטן ס"ת, צווישן זיי הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו, דערנאך האט כ"ק גאב"ד דקהילתינו ב"פ שליט"א ארויסגעפירט דעם ס"ת ברחובה של עיר בתופים ובמחולת, דערנאך האט איבערגענומען הגה"צ רב דקהילתינו 15 שליט"א, הגה"צ דער רב שליט"א, און במשך דעם תהלוכה זענען מכובד געווארן צו טאנצן צענדליגער רבנים ודיינים וקרובי המשפחה, אזוי אויך די זקני נכבדי אנ"ש, דער רב האט באגלייט די גאנצע תהלוכה און מעודד געווען די ריקודין, און עטליכע מאל אויפן וועג זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ ברחובה של עיר אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
ארום 3:30 איז די ס"ת אריינגעברענט געווארן אין ביהמ"ד הגדול וואו עס זענען געווען פארזאמט אלפי אנשי שלומינו, האדמו"ר ממאשלוי שליט"א האט אריינגעפירט די ס"ת אין ביהמ"ד און ארומגעטאנצן די ביהמ"ד עטליכע מאל, דערנאך האט הגה"צ דער רב שליט"א איבערגענומען דעם ס"ת און אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין לכבודה של תורה פאר א לענגערע צייט, און דערנאך אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א, דערנאך האט דער רב מכבד געווען בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א צו טאנצן מיטן ס"ת, ווען בשעת דעם טאנצט דער רב פארנט פון אים מיט גרויס דביקת, דערנאך האט מען מכבד געווען צו טאנצן מיטן ס"ת הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך בני וחתני מרן רבינו שליט"א יעדער באזונדער, און דערנאך באזונדער בני וחתני כ"ק גאב"ד דקהילתינו ב"פ שליט"א, בני וחתני האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, משפחת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, און די אנוועזנדע אייניקלעך פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און נאך פילע רבני ודייני קהילתינו, אינצווישן האט דער רב זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד קעגן ס"ת מיט אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א פאר א לענגערע צייט, אזוי אויך האט דער רב א לענגערע צייט געטאנצן מיט די קינדער און אייניקלעך.
ארום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית ברוב עם, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל אהרן סטרולאוויטש הי"ו, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, און דער רב האט אפגעראכטן די עבודת הנענועים מיט השתפחות הנפש, ווען דערביי האט דער ציבור געזינגן די ניגונים מבי מדרשא של רבותינו הק' זי''ע כנהוג, און דערנאך האט דער רב פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס דביקת והתעוררות.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן: כהן: הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ, לוי: הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו, שלישי: הר"ר חיים ישעי' שווימער שליט"א - אב"ד רמ"א, רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אלעזר שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק' לאנדאן בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד, מען האט געענדיגט ארום 12:10.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט.
🌴בצל מורינו🌴 דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סעודה רבתי לכבוד שמחת בית השואבה נעכטן ליל אושפיזא דיוסף אויפדערנאכט אינעם סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול, סוף פון ח"ב דרשה רעדט דער רב ארום איבער די פירצה פון ווידיאו מאשינען וועלכע איז געווען בבית מדרשינו, און דער רב שטעלט אוועק א תקנה לדורות איבער מעמדים אויף שירה וזמרה. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סעודה רבתי לכבוד שמחת בית השואבה היינט מיטוואך אויפדערנאכט ליל ד' דחוה"מ אושפיזא דיוסף, במעמד מאות אנ"ש אינעם סוכה הגדולה שע"י בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לע"נ הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע נעכטן יום ב' דחוה"מ סוכות אין ביהמ"ד הגדול ק"י בראשות הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
🌴בצל מורינו🌴 שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לע"נ הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע נעכטן יום ב' דחוה"מ סוכות אין ביהמ"ד הגדול ק"י בראשות הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
= הגבה אויפן ס"ת און ביי די ריקודין ברחובה של עיר = ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 = ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ז בצל הקודש פון כבוד הגה''צ אבד''ק ור''מ שליט"א =
ערב יו''ט אין די נאכמיטאג שעות האט דער רב געבינדן די לולב.
ארום 7:20 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת ומערבית איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30, נאכן דאווענען איז די גאנצע ציבור אריבער וואונטשן 'א גוט שבת און א גוט יו"ט, און דער רב איז אהיים לביתו.
נאכ'ן סעודה איז דער רב אריבער צו די פריוואטע סוכה שע''י ביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף היוז סטריט וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.
= יום א' דיו"ט =
דער רב איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 10:00, ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אהרן יהודה שווארץ הי''ו, צו שחרית והלל והושענות איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי, דער רב האט געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולדה אצל ר' יוסף ב"ר אברהם שמואל שווארץ הי"ו - ק"י, צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה''ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט''א, מו''ץ בקהילתינו הק', נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און גוט יו"ט, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דער רב האט צוטיילט די סעודה כנהוג, און ארום 3:30 געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו און זיך געוואשן צו סעודה שלישית
= ליל ב' דיו"ט =
ביים זמן ר"ת ארום 8:00 האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מעריב, נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן 'א גוט יו"ט', מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:45.
נאכן דאווענען איז דער רב אריבער לבית מחותנו כ''ק אדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א זיך צו וואונטשן לכבוד יו''ט, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס און דער רב האט געוואונטשן גוט יו"ט, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
נאכ'ן סעודה איז דער רב אריבער צו די פריוואטע סוכה שע''י ביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף היוז סטריט וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.
= יום ב' דיו"ט =
אינדערפרי איז דער רב געגאנגען אין מקוה און אהיים לביתו וואו דער רב האט מקיים געווען מצות נטילת לולב אין די פריוואטע סוכה שע''י ביתו.
ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר משולם פייש הורוויץ שליט"א, דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, יוצר, והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש ווי מ'האט דערביי געזינגען די ניגונים מבי מדרשא של רבותינו הק' זי''ע כנהוג, און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם חיים מוטצען הי''ו, און הרה''ח ר' מאיר יוסף גראס הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אברהם חיים מוטצען הי''ו, בעל קורא: הרה''ח ר' מענדל מיטטלמאן הי''ו, כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', לוי: הר''ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט''א, שלישי: הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט''א, מו''ץ בקהילתינו הק', רביעי: הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו, חמישי: הגה''צ אבדק"ק ור''מ שליט"א, מפטיר: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' בנימין ליכטנשטיין הי''ו, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' אהרן הערש פריינד הי''ו, נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו"ט, מ'האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער, און די רב איז אהיים לביתו.
ארום 7:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' מיכל גרינפעלד הי''ו, ביים זמן ר"ת ארום 8:00 אזייגער האט מען געדאווענט תפילת מעריב, מען האט געענדיגט מעריב ארום 8:20, נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן 'א גוטן מועד', דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 ערשטע בילדער הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי די געהויבענע ריקודין ביים שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך בנו הרה"ג ר'חיים הערש יעצט נאכמיטאג בביהמ"ד הגדול אין ק"י
= שישו ושמחו בשמחת התורה = די ספר תורה געשריבן דורך הרה"ג ר' חיים הערש בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועט אריינגיין אין די קומענדיגע מינוטן בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז ערווארטעט אנצוקומען בערך 4:05
אינדערפרי ארום 9:30 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען זענען אריין בחדרו הפרטי די תלמידי הת"ת כתה ח' בהנהלת הר"ר משה אלי' גרין שליט"א וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט און מוסיף געווען אויף די לימודים, דער רב האט פארהערט די תלמידים אין די לימודים, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידים, דער רב האט משמיע געווען דברי ברכה וחיזוק פאר די תלמידים, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון אויסניצן די קינדערישע יארן מיט תורה ווען מען האט נאכנישט קיין שום עול גשמי נאר מען קען זיך באמת מייגע זיין בתורה ועבודה, און ארויסגעברענגט אז מען זאל זעהן עס איבערצוגיין און איבער'חזר'ן די לימודים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, דערנאך זענען די קינדער אריבער און דער רב האט פארטיילט די תעודות פאר די קינדער מיט גרויס קורת רוח.
פארנאכטס ארום 7:40 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב', און דערנאך תפילת מעריב ארום 8:30 אויפדערנאכט אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
נאך מעריב האט דער רב מנחם אבל געווען משפחת שפיטצער היושב ע"פ אחיהם הרה"ח ר' אלי' שפיטצער ע"ה - מקרית טאהש.