= ליל כל נדרי =
אום 7:40 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו כל נדרי,
דער רב איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "כל נדרי דרשה" וואס האט אויפגעשאקעלט יעדן נפש וואס האט זיך דארט געפונען.
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם', און געזאגט אז ווען א איד זינדיגט חלילה באשאפט ער ר"ל מלאכים משחיתים וועלכע מאכן אים אן פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות, און מיר זענען מתפלל צום אויבערשטן אז ער זאל נישט רחמנות האבן אויף אונזערע ברואים די מלאכי חבלה, נאר אויף אונז וואס מיר זענען זיינע ברואים.
דער רב האט מעורר געווען בקול בכי איבער די ביטערע מצב אין ווי מ'שטייט, נאכברענגענדיג די באקאנטע ווערטער פונעם תפארת שלמה וועלכע זאגט אז ס'איז דא צוויי וועגן צו מאכן משיכה, הכישה במקל אדער קורא לה והיא בא, כלל ישראל האט שוין גענוג געהאט דעם הכישה במקל,
און דער רב האט אויסגעשריגן אז דער גרעסטער פראבלעם וואס אידישע קינדער האבן איז אז זיי האבן מורא אז זייער אמונה ווערט ליידער אפגעשוואכט, יעדע איינציגסטע צרה וואס איז נאר דא ביי כלל ישראל געפינט זיך דא אין דעם בית המדרש! און עכ"ז דראפענען זיך די אידן אויף די גראדע ווענט נישט צו פארלירן זייער אמונה אינעם אייבערשטן,
דער רב האט געבעטן אז מ'זאל מתפלל זיין איינער פארן צווייטן, התפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה.
דער רב האט דערציילט אז א איד האט אים פארציילט אז היינט ערב יום כיפור איז ער געזיצן א גאנצן טאג מיטן טעלעפאון אין האנט ווארטנדיג אז זיין זוהן וועלכע איז ליידער נישט אויפן ריכטיגן וועג זאל אים רופן, דער צרה איז דאך ליידער אזוי גרויס! מקען נישט זיצן און צוקוקן די צער פון דעם טאטן!
דער רב האט אויסגעפירט בקול חנק: "דער אייבערשטער זיצט און ווארט יעדן ערב יוה"ק אז זיינע קינדער זאלן זיך ווענדן צו אים"!
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם קדושת המקום וואו רביה"ק זי"ע האט מתפלל געווען די לעצטע צוויי יאר פון זיין לעבן און דער מקום האט א פלאץ פאר קיבול תפילות,
און דער רב האט אויסגעפירט אריינטראכטנדיג אז אונז זענען נישט מער ווי אכט דורות תלמידים פון משה רבינו.
דער רב האט ממשיך געווען אז די מנהג פון אבותינו ורבותינו הק', אנגעהויבן פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע, און דער הייליגער עצי חיים זי"ע, ואחריו רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ולבהבלחל"ח מרן רבינו שליט"א צו זאגן אינאיינעם ווידוי לעת כניסת היום,
און דער רב האט פארגעזאגט בבכיות רב.
דערנאך האט הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו איבערגעגעבן די ספר תורה פארן רב, און דער רב האט ממשיך געווען מיטן דרשה מיטן ספר תורה אין האנט, זאגנדיג:
יעצט איז די צייט מפייס צו זיין דעם ספר תורה, און געזאגט אז די ספר תורה אליינס איז א גוטע מליץ יושר, און איז עדות אויף די טויזענטער שעות תורה וואס איז געלערנט געווארן דעם יאר אין די ביהמ"ד אליינס,
אידן ציטערן פון א עבירה, ראש השנה היי יאר האט מען נישט געבלאזן שופר, אלעס וועגן א ספק, אידישע קינדער זענען גרייט אויפצוגעבן אויף אזא גרויסע מצוה פאר א ספק חילול שבת,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב אז מ'זאל אויס'פועל'ן אלעס גוטס, און ווערן אנגעשריבן צו א גוט געבענטשט יאר, א שנת גאולה וישועה.
דער רב האט פארגעזאגט די פסוקים 'אור זרוע' און 'פלגי מים' איין מאל, און ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד מיט'ן ספר תורה וואו דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג,
במשכ'ן ארומגיין אין ביהמ"ד האט דער רב געזאגט די פסוקים נאך זעקס מאל.
ביים צוריקקומען צום עמוד האט דער רב געזאגט די שטיקל זוהר 'קם רבי שמעון',
דערנאך האט דער רב האט אנגעהויבן "כל נדרי" וואס האט געדויערט א לענגערע צייט פארזאגנדיג די געהויבענע תפילה באש להבת שלהבת אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור מיט א קאך און א ברען אויפוועקנדיג יעדעס אידיש הארץ לתשובה ולתיקון המעשים,
די ספרי תורה האבן געהאלטן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י ומח"ס שו"ת וישב יוסף.

👁 108