🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת ברכה =
מוצאי יום הקדוש ארום 10:30 אויפדערנאכט איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריבער פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל וואו דער רב האט געמאכט קידוש לבנה מיט גרויס שמחה, און דער רב האט געוואונטשן 'א גוט יו"ט און א גוטן חודש',
דינסטאג אינדערפרי איז דער רב געזיצן א לענגערע צייט בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל און עוסק געווען בלימודו, דערביי זענען פילע אנשי שלומינו צוגעקומען זיך באדאנקען פאר'ן רב אויפ'ן געהויבענעם יום טוב וואס איז אריבער.
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר שמואל חיים.
ארום 3:15 נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
ארום 5:15 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אינעם בנין התלמוד תורה אויף ווייט עוו. וואו עס איז פארגעקומען דעם פארהער פון אלע תלמידי כתה מכינה לישיבה אויף גאנץ מסכת קידושין וואס איז געלערנט געווארן במשך די לעצטע יאר בסדרי הלימוד אין ת"ת,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און פאר איבער אנדערהאלבן שעה פארהערט די תלמידים פרעגנדיג עטליכע שאלות פון יעדע בחור באזונדער שעפנדיג דערביי גרויס קורת רוח,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין התלמוד תורה ארום 6:45.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין ביהמ"ד הגדול.
נאך מעריב איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף גרובער הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם קומענדיגן יום ב' דחוה"מ סוכות בהיכל ביהמ"ד הגדול ק"י בראשות הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני כתיבת ספר תורה,
דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן בנו הרה"ג שליט"א ובני משפחתו, און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רב האט פארלאזט ארום 9:15.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 152