🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ז אייר תשפ״ה · May 14, 2025 · 12:18 AM
#1305
= שיעור פרקי אבות =

ארום 7:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית המדרש אנשי חי"ל פראנקפורט צו פרקי אבות,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן מימרא 'כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא וכו' נצר מטעי מעשה ידי להתפאר', און אויף די ערשטע צוויי משנה'ס אין פרק ג' אין מסכת אבות, און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים און מהלכים במשך דעם דרשה,
דער רב האט משמיע געווען דברי מוסר והחתזקות איבער פילע ענינים, צווישן אנדערע איבער דעם ענין פון קביעת עתים לתורה וואו דער רב האט ארויסגעברענגט אז א יעדער איד דארף האבן א קביעות'דיגן שיעור וואו ער לערנט, אבער נישט נאר זיין איינגעשריבן אינעם שיעור און נישט אנקומען דערצו, ווייל אויב יא זאגט דער אויבערשטער איך וועל דיר אויך איינשרייבן אינעם ספר חיים און אינעם ספר פרנסה וכלכלה וכדומה אבער דו וועסט עס נישט באקומען,
דער רב האט גערעדט איבער קדושת שבת, וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן אום שבת און אלעס ארום, און ארויסגעברענגט אז א שבת'דיגע סעודה דארף צוגיין מיט אן ערנסטקייט און עס פאסט נישט און באלאנגט נישט צו רעדן אמעריקאנע פאליטיק ביים שבת טיש, כל שכן וכל שכן נישט קיין ארץ ישראל'דיגע פאליטיק וואס שלעפט אריין אין דברי מינות ואפיקורסות,
דער רב האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה וואס מיר האבן אז מיר זענען אידישע קינדער, בני מלכים, און דערצו זענען מיר נאך היימישע אידן, חסיד'ישע אידן, והעולה על כולנה זענען מיר סאטמאר'ע אידן, דער רב האט ארומגערעדט וואס דאס מיינט און וואס דאס איז מחייב פאר אונז, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

= רעוא דרעוין =

ארום 8:35 נאכמיטאג האט מען געדאווענט תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר שמואל געלבמאן הי"ו - גבאי הביהמ"ד,
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף חיים קויפמאן שליט"א - רב הביהמ"ד,
בעל קורא: מוה"ר שלמה זלקא מויזקאפף הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו,
שלישי: מוה"ר שמואל געלבמאן הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען מוה"ר שמעי' רייך הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר יואל מרדכי אינדיג הי"ו.

נאכ'ן זמן מוצאי שבת קודש האט מען אויסגעלאשן די לעקטער'ס אינעם היכל הביהמ"ד, און מ'האט ממשיך געווען מיט ווארעמע ניגוני התעוררות ועוד,
דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אלה הדברים אשר יעשה אותם האדם וחי בהם', און עס אויסגעטיישט במתק לשונו,
דער רב האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז מען דארף בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל מתפלל זיין פאר אונז, מיר האבן שוין נישט די כוחות דערצו, און אזוי אויך דארף מען וויסן אז דער אויבערשטער פארלאנגט שוין נישט היינטיגע צייטן פון אונז דאס וואס ער האט אמאל געדארפט פון די דורות הקודמים, און צוגעלייגט אז מ'דארף זיך מחזק זיין בדברים הצריכין חיזוק, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר משה יצחק איצקאוויטש הי"ו,
קל מסתתר: מוה"ר ישכר בעריש מויזקאפף הי"ו,
דער רב האט געבענטש על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יוסף חיים קויפמאן שליט"א.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר שמעי' רייך הי"ו,
נאך מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
דער רב האט געמאכט הבדלה פאר'ן גאנצן ציבור און מוציא געווען אלע בחורים,
דערנאך האט מען געזינגען בשעת דער רב זאגט המבדיל און ויתן לך,
דערנאך איז דער רב גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך און זיך געזעגענען,
מ'האט געענדיגט ארום 11:00 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית האכסניא אין באגלייטונג פון פילע אנשי שלומינו און בחורי חמד.

מוצאי שבת קודש איז דער רב ארויף לבית הרבני הנגיד ר' יואל קרויס הי"ו וואו דער נדבן האט בייגעשטייערט א שיינע סכום לטובת דעם נייעם בנין הישיבה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 103
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ז אייר תשפ״ה · May 14, 2025 · 12:18 AM
#1304
= וביום השבת קודש =

ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל בית המדרש ד'וואדבערי ווילאס צו תפילת שחרית,
בעל תפילה ברכות ופסוקי דזמרה: מוה"ר שמואל אלחנן מזרחי הי"ו,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית, הכל יודוך האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן עטליכע נדיבים בעם וועלכע האבן בייגעשטייערט גרויסע סכומים לטובת דעם נייעם בנין הישיבה פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה וועלכע איז ערווארטעט אריינצוגיין אין באנוץ דעם קומענדיגן ראש חודש תמוז הבעל"ט,
הוצאה והכנסה: מוה"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו,
פסוקי שמע ישראל: הר"ר זלמן לייב שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
בעל קורא: מוה"ר אברהם שווארץ הי"ו,
כהן: הב' יצחק טובי' דרעזנער ני"ו,
לוי: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו חבר הנהלת ישיבת דרך התורה וועלכע האט צוגעזאגט זעקס און דרייסיג טויזנט דאללער,
שלישי: ר' יעקב יוסף שווארץ הי"ו וועלכע האט אויך צוגעזאגט זעקס און דרייסיג טויזנט דאללער,
רביעי: מוה"ר משה שמואל שטיין הי"ו וועלכע האט צוגעזאגט א מתנה אדירה לטובת הישיבה,
חמישי: מוה"ר שמעון עוזר טעללער הי"ו וועלכע האט צוגעזאגט אכצן טויזנט דאללער,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: מוה"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו וועלכע האט צוגעזאגט א מתנה אדירה,
אחרון: החתן שמואל זאנוויל פייערשטיין הי"ו - שבע ברכות,
מפטיר: מוה"ר יואל מאשקאוויטש הי"ו וועלכע האט צוגעזאגט זעקס און דרייסיג טויזנט דאללער,
הגבה: מוה"ר ברוך סטראלאוויטש הי"ו וועלכע האט צוגעזאגט א מתנה אדירה,
גלילה: מוה"ר חיים מיכל שווארץ הי"ו - מנכ"ל הישיבה,
אינאיינעם איז ביי די עליות אליינס געשאפן געווארן דעם גרויסן סכום פון ארום הונדערט און פופציג טויזנט דאללער צו קענען פינאנצירן און אויסצאלן די הוצאות פונעם נייעם בנין הישיבה,
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מוסף, צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר מרדכי יושע קעלנער הי"ו.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא בהיכל הביהמ"ד פאר אלע פארזאמעלטע,
דער רב האט געמאכט קידוש, און טועם געווען פיש און קוגל,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה בקוצר אמרים, דער רב האט ארומגערעדט בשבח פון די ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה און ארויסגעברענגט די ספעציעלע מעלות פון די ישיבות און ווי עס דערקענט זיך אויף די בחורים די יראת שמים וואס איז חופפת על פניהם, ועוד,
באזונדער האט זיך דער רב באדאנקט פאר אלע וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים ביז אהער וואס נאר דורכדעם קען מען אנגיין און אהערשטעלן דעם נייעם בנין הישיבה כראוי וכיאות ווי עס פאסט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
נאכ'ן קידוש איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת און נאך פילע אנ"ש האבן שלום גענומען.

דערנאך איז דער רב אריבערגעגאנגען צום ביהמ"ד אור משה אינעם געגנט וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת יום שבת קודש אינאיינעם מיט תלמידיו הנאמנים יוצאי ישיבה קטנה סניף דרך התורה העומד תחת דגלו והדרכתו,
דער רב איז אריינגעקומען אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד צום סעודה,
דער רב האט זיך געוואשן און מ'האט אויפגעגעבן די מאכלי הסעודה,
נאך די אייער האבן די בחורים געהאט דעם געלעגנהייט צו פרעגן שאלות פונעם רב און דער רב האט געענטפערט דבר דבור על אופניו, צווישן אנדערע האבן די בחורים געפרעגט שאלות בעניני ציונות, השקפה, שידוכים, חסידות, עניני ל"ג בעומר, ועוד ועוד,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען מוה"ר חיים מיכל שווארץ הי"ו - מנכ"ל ישיבת דרך התורה,
מ'האט געענדיגט ארום 2:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית האכסניא.

=
👁 101
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ז אייר תשפ״ה · May 14, 2025 · 12:17 AM
#1303
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת אחרי קדושים – שבת התאחדות עם אנשי שלומינו תושבי שכונת חתם סופר קרית יואל =

ערש"ק ארום 8:15 נאכמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין בית המדרש אנשי חי"ל פראנקפורט וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
בעל תפילה קבלת שבת ומעריב: מוה"ר יואל קרויס הי"ו,
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט,
נאך מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען.

= סעודת ליל שבת קודש =

דערנאך איז דער רב אריבערגעגאנגען צום ביהמ"ד אור משה אינעם געגנט וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת ליל שבת קודש אינאיינעם מיט תלמידיו הנאמנים יוצאי ישיבה קטנה סניף דרך התורה העומד תחת דגלו והדרכתו,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געזאגט זכור, און דערנאך איז דער רב אריינגעקומען אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד צום סעודה,
מ'האט געזינגען די זמירות שבת קודש, דערנאך האט דער רב געמאכט קידוש באש להבת שלהבת און מוציא געווען אלע בחורים,
מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא ק"י שליט"א,
דער רב האט זיך געוואשן און מ'האט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'קדושים תהיו וגו' איש אמו ואביו תיראו ואת שבתותי תשמורו' און ארומגערעדט בגודל קדושת השבת, צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז מ'דארף אפרעכטן א שבת קודש ווי עס דארף צו זיין מיט ערנסקייט און דערהויבנקייט, די דאווענען שבת קודש דארף אויסזעהן אנדערש און העכער ווי א גאנצע וואך, און אלעס דארף צוגיין שבת קודש מיט א התרוממות הנפש,
מ'האט אויפגעגעבן די איבריגע מאכלי הסעודה, און אינצווישן האט דער רב אנגעפירט מיט די ניגונים און אינאיינעם מיט די בחורים געזינגען ניגוני שבת וניגוני שמחה.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 11:40 איז דער רב אראפ צום היכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א התוועדות ליל שבת קודש פאר אלע אנשי שלומינו תושבי השכונה,
עס איז געווען פארזאמעלט א ריזן ציבור וועלכע זענען געקומען זיך אנשעפן און אנווארעמען ביים באטע בראשות דעם רב שליט"א, אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן די רבני השכונה וחשובי פני העדה צווישן אנדערע הרה"ג ר' יוסף חיים קויפמאן שליט"א - רב דביהמ"ד אנשי חי"ל פראנקפורט, הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט"א - רב דביהמ"ד אור משה, הרה"ג ר' יעקב אפפענהיים שליט"א - רב דביהמ"ד בית יעקב, הרה"ג ר' יואל מארקאוויטש שליט"א - רב דביהמ"ד מורשת יואל, און נאך,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען מוה"ר שלמה זלקא מויזקאפף הי"ו,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'קדושים תהיו' בפרשת השבוע וואס דער מדרש זאגט 'יכול כמוני, תלמוד לומר כי קדוש אני, קדושתי למעלה מקדושתכם' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול,
מען האט אויפגעגעבן לעבער,
פיוט בר יוחאי: הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט"א,
קה אכסוף: מוה"ר שלמה לאנדא הי"ו,
ויהיו רחמיך: הרה"ג ר' יוסף חיים קויפמאן שליט"א,
צמאה נפשי: הרה"ג ר' יואל מארקאוויטש שליט"א,
ברכת המזון: הרה"ג ר' יוסף חיים קויפמאן שליט"א.

מ'האט אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל זרע קודש מ'ראפשיץ זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג - י"א אייר,
אז ביום השביעי: מוה"ר שמעון שווארץ הי"ו,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:15 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית האכסניא.
👁 112
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ד אייר תשפ״ה · May 12, 2025 · 1:01 PM
#1297
🌴בצל מורינו🌴
= צהלי ורוני יושבת לאנדאן =

מטעם קהילתינו הק' אין עיר הבירה לאנדאן ווערט געמאלדן אז מען וועט האבן די זכי' אז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועט וויילן אין שטאט דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת אמור בקרב הקהילה לרגל די שמחת הקידושא רבא לבת הנולדה למז"ט אצל בנו הר"ר אלעזר שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק' לאנדאן, און מען וועט האבן די זכי' אז דער רב שליט"א וועט פראווענען א שבת התרוממות אינאיינעם מיט די הונדערטער אנשי שלומינו תושבי העיר.

לויט'ן יעצטיגן פלאן וועט דאנערשטאג אויפדערנאכט ליל ל"ג בעומר פארקומען א גרויסע מעמד הדלקה וואו דער רב שליט"א וועט אנצינדן די מדורת אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי במקהלות אלפי אנ"ש פון איבער גאנץ אייראפע.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן.

= התעוררי התעוררי כי בא אורך =
~🌴~
👁 136
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ד אייר תשפ״ה · May 12, 2025 · 2:08 AM
#1296
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת אח"ק =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע געפונט זיך אין די בלומענבערג געגנט,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 7:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן ליכט לע"נ זקינו הרה"ק בעל זרע קודש מ'ראפשיץ זי"ע,
מ'האט געענדיגט ארום 9:00 און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת הילולא,
דער רב האט זיך געוואשן און אויפגעריסן די חלה כנהוג אום ערב שבת,
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מ'האט אויפגעגעבן די איבריגע מאכלי הסעודה, דער רב האט מכבד געווען אלע נכדי בעל ההילולא מיט א כוס לחיים,
במשך דעם סעודה האט מען געזינגען פילע ניגוני שבת,
מיט מכתם לדוד האט דער רב מכבד געווען דעם מנהל הישיבה.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה לרגל פתיחת הזמן, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'איש אמו ואביו תיראו ואת שבתותי תשמורו', און צווישן אנדע ארויסגעברענגט אז ווען מ'גייט אהיים אויף שבת קען מען בעסער מקיים זיין מצות כיבוד אב ואם מיט דעם וואס מ'ברענגט נחת פאר די טאטע מאמע און מ'פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין,
דער רב האט מאריך געווען בשבח פון די ישיבה מיט וואס ס'איז בעסער פון אנדערע ישיבות און ווי מ'קען מער שטייגן צװישן די ישיבה ווענט ספעציעל, און ארומגערעדט בדברי תורה וסיפורי קודש לכבוד ההילולא, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט גענדיגט 10:40 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין קרית יואל.

ארום 3:00 איז דער רב אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' שאול שמואל סטראלאוויטש הי"ו בשכונת חתם סופר אין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט במשך שבת.

שפעטער נאכמיטאג איז דער רב אריבער אויף א באזוך צו הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט"א - רב דביהמ"ד אור משה בשכונת חתם סופר, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס אינעם געגנט, און נאך, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 140
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ג אייר תשפ״ה · May 11, 2025 · 4:51 AM
#1276
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת אח"ק =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א וועלכע געפונט אין מחנה ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 9:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 11:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען דעם דרשת פתיתת הזמן,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים און מדרשים אין די וואכעדיגע פרשה, צווישן אנדערע אויפ'ן פסוק 'את שבתותי תשמורו ומקדשי תיראו' און נאך,
במשך דעם דרשה האט דער רב ארויסגעברענגט די ספעציעלע מעלות פון דעם ישיבה וואס איז נישט דא אין אלע ישיבות, און ארומגערעדט איבער דעם ענין פון טוהן מצוות מיט א חיות דקדושה, דעם ענין פון הכנה צו א מצוה וואס איז גרעסער ווי די מצוה אליינס, און דערביי נאכגעזאגט ווערטער פונעם זיידן ז"ל דער ברך משה בנוגע זיך צוגרייטן צו דאווענען,
דער רב האט גערעדט פון פילע נושאים וואס זענען נוגע פאר יעדן איד ובפרט פאר בחורים אין ישיבה, צווישן אנדערע זיין מסודר'דיג, גיין שלאפן צייטליך, אהבת חברים, אהבת השי"ת, צוזאמנעמען די בלעטער גמרא וואס מ'האט געלערנט,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

נאכ'ן דרשה איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די בחורים אריינצוגיין פריוואט צום רב זיך אדורכרעדן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן,
ארום 11:45 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

שפעטער נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' שאול שמואל סטראלאוויטש הי"ו בשכונת חתם סופר אין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט במשך שבת,
אין די נאכפאלגענדע שעות האט דער רב אויפגענומען אנ"ש וועלכע האבן מנדב געווען גרעסערע סכומים לטובת דעם נייעם בנין הישיבה פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 130
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ג אייר תשפ״ה · May 11, 2025 · 4:31 AM
#1275
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת אח"ק =


ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל' ע"ב - ל"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 3:00 זענען אריין צום רב בביתו הנהלת כולל שומרי החומות איינצולאדענען צום יערליכן דינער וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג פרשת אמור אין די זאל פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די לעצטערע פעולות און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

ארום 3:45 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך עוסק געווען בלימודו,
ארום 5:30 האט דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר חיים מיכל שווארץ הי"ו - מנכ"ל בישיבת דרך התורה, וואס איז פארגעקומען בבית חמיו,
דערנאך איז דער רב געווען אויף ניחום אבלים ביי משפחת לאנדא היושבים ע"פ האה"ח ע"ה אשת הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 114
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ג אייר תשפ״ה · May 11, 2025 · 4:31 AM
#1274
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה, פארן נדבן הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק דבר אל כל עדת בני ישראל קדושים תהיו און נאכגעזאגט פונעם זרע קודש אז ע'דת ב'ני י'שראל ק'דושים איז ר"ת יעקב און נאכגעזאגט די מדרש אז השי"ת האט מבטיח געווען פאר יעקב אבינו אז כלל ישראל וועט האבן א קיום אלע יארן, און ארויסגעברענגט אז נאר דורך די זכות פון יעקב קען מען זיך האלטן אין גלות און די עקזיסטענץ פון כלל ישראל אפילו אין די טריפה'נע אמעריקע איז נישט ע"פ דרך הטבע.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען קען זיך צוזאמקומען פאר א חנוכת הבית פאר אזא בנין מפואר, וואו די בחורים וועלן ווייטער שטייגן לשם ולתפארת, און ממשיך געווען מיט יסודות'דיגע דברי הדרכה פאר די בחורים איבער התמדת התורה, עבודת התפלה און פירן א געהויבענעם חסיד'ישן התנהגות מיט א ברען און פלאם ווי ס'פאסט פאר חסיד'ישע בחורים.

באזונדער האט דער רבי דערמאנט לשבח דער חשוב'ער נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכער האט אויפגעבויט אזא שיינער בנין מפואר פאר די ישיבה, און דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם נדבן פאר אלע אנדערע פראיעקטן און בנינים בתוככי קהילתינו הק' אין וומ"ס, וועלכע זענען אהערגעשטעלט אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם און זענען אנגעפילט מיט מתפללים און לומדים אויפן העכסטן סטאנדארט.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער די פרישע פראיעקט פונעם נדבן וועלכער גייט בעז"ה אויפשטעלן ביליגע דירות אין קרית יואל, דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די אומגעהויער שווערע מצב מיט די דירות אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וועלכע איז טאקע די הייליגסטע וואס קען נאר זיין אין אלע ענינים, תורה, עבודה, גמ"ח, און די גרעסטע צדיקים אין תלמידי חכמים האבן פון דא מפיץ געווען תורה ויראת שמים פאר די גאנצע וועלט, אבער דאך איז די מצב פון די דירות פרייזן שוין אומדערטרעגליך, און עס איז ממש נישט מעגליך פאר א געווענליכער מענטש צו קויפן א דירה, און אפילו דינגען קאסט אפ א הון תועפות, און קוקנדיג מיט א בליק אויף פאראויס זעט זיך נישט אן קיין דערלייכטערונג, נאר עס ווערט נאר ערגער.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אין די ברייטע אמעריקאנער גאס, און אזוי אויך אין ארה"ק, האט מען שוין דורכגעבראכן אז א פארפאלק האט חתונה און ציט זיך תיכף אוועק פון די שטאט פון די עלטערן צוליב די הויכע קאסטן פון פארבלייבן אין די עלטערע שטעט, און כאטש וויליאמסבורג איז טאקע זייער ערליך און הייליג, קומט עס נאכאלץ נישט צו צו קרית יואל ברוחניות, און נישט בגשמיות, רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט קרית יואל טאקע פאר וויליאמסבורגער אידן, און עס איז געקומען די צייט צו זאגן דעם פסוק קומו צאו מן המקום הזה, און מען זאל זיך ארויס ציען קיין קרית יואל, וואו עס איז די א שפע פון דירות פאר צוגענגליכע פרייזן, און דערצו איז דא גענוג שטחים זיך אויסצוברייטערן אינעם צוקונפט, און אויסגעפירט "מ'זעט אז דער עתיד פון אנ"ש איז אין קרית יואל".
דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר די הנהלת הישיבה און פאר אלע תלמידים, און א ברכה מיוחדת פאר'ן חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו און די גאנצע משפחה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 8:30.

שפעטער ביינאכט האט דער רב קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך מכבד געווען דער נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו ובני משפחות, און די הנהלת הישיבה, קובע צו זיין מזוזות אויף די אנדערע טירן.
~🌴~
👁 118
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ג אייר תשפ״ה · May 11, 2025 · 4:31 AM
#1273
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת אח"ק =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:45 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 3:20 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

ארום 7:00 איז פארגעקומען דער קביעת מזוזה וחנוכת הבית פארן נייעם בנין הישיבה בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
מיר לייגן דא ארויף די באריכט אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש, ותשואות חן חן להם.


דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:00 אזייגער,
ביים אנקומען איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קענטיגע קורת רוח.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מנחה ברוב עם בהיכל הביהמ"ד.

נאך מנחה האט רבינו שליט"א קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין אויף אלע שטאקן און צימערן אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און דערביי געהערט א באריכט פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - נדבן הבנין.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מהאט געזינגן עטליכע ניגונים לכבוד המאורע,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א - ראש ישיבה און מקבל פנים געווען רבינו שליט"א, און דערביי ארומגערעדט לשבח פונעם נדבן החשוב הנגיד ר' אברהם הי"ו, וויפיל כוחות ער האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן אזא שיינעם בנין בדמים תרתי משמע, און בפרט די כוחות וואס ער לייגט אריין א גאנץ יאר להצלחת הישיבה.
👁 118
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ג אייר תשפ״ה · May 11, 2025 · 3:48 AM
#1259
🌴 בצל מורינו 🌴
הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט"א - רב דשכונת חתם סופר ק"י אויף א באזוך ביי הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א דעם פארגאנגענעם ערב שבת בבית האכסניא בשכונת חתם סופר.
~🌴~
👁 109
🌴 בצל מורינו 🌴
שבת קודש · י״ב אייר תשפ״ה · May 10, 2025 · 10:00 PM
#1258
🌴בצל מורינו🌴

"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א ולהגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לרגל הולדת נכדם, בת הנולד אצל בנו/נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א,
חתן הגה''צ ר' חיים יודא לייבוש באב''ד שליט''א - ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן.

~🌴~
👁 116
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״א אייר תשפ״ה · May 9, 2025 · 2:24 PM
#1257
🌴בצל מורינו🌴
= ערב שבת קודש פרשת אחרי קדושים שנת תשפ"ה =

אויף דעם שב"ק וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת, וואו דער רב וועט פראווענען א שבת התאחדות בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מרא דאתרא קדישא אינאיינעם מיט די צענדליגע אנשי שלומינו תושבי השכונה שטייענדיג אין די תקופה פון הרחבת גבולי העיר ווען קרית יואל ברייטערט זיך אויס אויף א שטארקן פארנעם, וועט מען זיך צוזאמקומען אויף א דערהויבענער שבת התאחדות להרים קרן התורה והחסידות און מחזק זיין דעם גאנצן שכונה בדברים הצריכין חיזוק,
אזוי אויך וועט דער רב אויסנוצן דעם געלעגנהייט ביים שבת התאחדות צו שאפן נויטיגע סכומים לטובת דעם נייעם בנין הישיבה פאר די ישיבה קטנה דרך התורה וועלכע שטייט בהנהלת דעם רב וועלכע איז ערווארטעט צו אריינגיין אין באנוץ בעז"ה אױף קומענדיגן ר"ח תמוז הבעל"ט.

במשך שבת וועט דער רב האבן די אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' שאול שמואל סטראלאוויטש הי"ו.

די תפילות ליל שבת קודש וועלן אפגעראכטן װערן אין ביהמ"ד אנשי חי"ל פראנקפורט אויף Hudson pointe 9, מנחה בשעה 8:15.

די סעודות שבת קודש וועט דער רב פראווענען אינאיינעם מיט תלמידיו הנאמנים יוצאי ישיבה קטנה סניף דרך התורה אין בית המדרש אור משה.

נאכ'ן סעודת ליל שבת קודש בשעה 11:15 וועלן זיך צוזאמקומען אנשי שלומינו תושבי השכונה צום התוועדות ליל שבת קודש בראשות דעם רב שליט"א אין ביהמ"ד אור משה אויף 24 Catskill high rail.

שבת אינדערפרי וועט דער רב דאווענען אין ביהמ"ד ד'וואדבערי ווילאס אויף 47 Hadley farms Rd, שחרית בשעה 9:45 ברכות.

אין די נאכמיטאג שעה'ן אום 7:30 וועט דער רב פארלערנען פרקי אבות בדברי הדרכה והשקפה פאר די תושבי השכונה אין ביהמ"ד אנשי חי"ל פראנקפורט.

בשעה 8:15 וועט מען דאווענען מנחה און דערנאך וועט דער רב פראווענען שלש סעודות בעת רעוא דרעוין וואו מען וועט האבן די זכי' צו הערן דברי תורה ודברי כיבושין פונעם רב שליט"א בדברי חיזוק והדרכה, מוסר והתעוררות.

= התעוררי התעוררי כי בא אורך - שבת קודש נפשי חולת אהבתך =

~🌴~
👁 134