= רעוא דרעוין =
ארום 8:00 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט די זמירות שלש סעודות האט דער רב מכבד געווען חשובי אנשי שלומינו הנאספים.
דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה, און אויף די מסורה 'כנגע נראה לי בבית' און 'מרחוק השם נראה לי', און עס אויסגעטייטשט אויף צוויי מהלכים, אויף איין וועג מסביר געווען דעם טעם פארוואס ביי א נקבה איז דא דאפעלט ימי טוהר ווי ביי א זכר, און אויפ'ן צווייטן אופן מבאר געווען דעם טעם פארוואס דווקא א כהן קען פסק'ענען אויף א נגע, און א ישראל אפי' א תלמיד חכם קען נישט.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען פייערדיגע דברי קנאות נגד רעיון מדינה הציונות, און אנגעהויבן אז היינט איז דאך יום אידם פון די ציונים ימ"ש, הגם מ'האט קיינמאל נישט ספעציעל געהאלטן דרשות ה' אייר ווייל אמונה און השקפה איז נישט קיין מצות עשה שהזמן גרמא, אבער דער רבי ז"ל האט דאך ביי יעדע שלש סעודות תורה גערעדט דערוועגן ממילא איז דער זמן מוכשר דערפאר.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז די עלטערע דור וואס האבן עס געהערט פונעם רבי'ן ז"ל אליינס האבן עס אסאך מער אין די ביינער ווייל ווען מ'האט געהערט ווי א צדיק אמת ווייטאגט אויף דעם ענין, אפי' ביי א פשוט'ע ה' מלך ביי שלש סעודות, אפילו מ'האט נאר געהערט די ווערטער 'בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו', האט עס איבערגעלאזט א גרויסע רושם,
אבער ס'איז נישט קיין תירוץ פאר אונז אינעם היינטיגן דור צו זיין גלייכגילטיג דערצו, נאר מ'דארף חזר'ן די יסודות און זיך מחזק זיין אין די אמונה, ספעציעל יעצט ווען ס'איז א עת מלחמה איז שווערער די נסיון, ווייל די ידיעה אז די אראבער זענען רוצחים ברענגט אז דערפאר האפט מען און מען פרייט זיך מיט די נצחונות פון די מדינה, אבער מ'דארף וויסן אז באמת זענען די ציונים ימ"ש אסאך גרעסערע רוצחים כפשוטו וכמדרשו, סיי בגשמיות אז דורך זיי זענען שוין גע'הרג'ט געווארן אסאך מער אידן, און סיי ברוחניות ווייל 'גדול המחטיאו יותר מן ההורגו', מ'דארף וויסן אז די מדינה הטמאה איז א קאנקורענץ מיט'ן אויבערשטן, א קעגנזייטיגע זאך מיט אידישקייט און מיט די תורה, דער רב האט נאכגעזאגט פונעם טאטן זז"ג וואס האט געזאגט ביים סעודת הילולא פארגאנגענעם כ"ו ניסן במעמד אלופי אלפי ישראל בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל אז איינער וואס טרעט אויפ'ן ויואל משה טאר נישט האבן קיין אחיזה אין קרית יואל, און צוגעלייגט אז זיי טארן אויך נישט האבן קיין אחיזה ביי קיין שום איד אין הארץ, עס שטייט אז משיח קען נישט קומען ווילאנג עס איז דא מינות און אפיקורסות ביי אידן, ווילאנג די מדינה שטייט קען נישט משיח קומען, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם בנציון ווערצבערגער הי"ו,
מ'האט געזינגען קל מסתתר, און דערנאך האט מען געבענטשט,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 117