🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ אייר תשפ״ה · May 6, 2025 · 1:09 AM
#1214
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תז"מ =

אום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ב ע"ב - כ"ז ע"א.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בביתו ישיבה קטנה ברך משה דקהילתינו הק' לעיקוואד, און זיך געשטעלט צום פארהער אויף די לימודים פון די פארגאנגענע זמן,
דער רב האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די בחורים און מרביצי תורה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 105