🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ח אייר תשפ״ה · May 16, 2025 · 2:37 AM
#1342
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת אמור ח"א - ביקור חיזוק בקרב קהילתינו הק' לאנדאן =

ארום 8:40 אינדערפרי האט די פליגער פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געלאנדעט אינעם לאנדאן היטראו לופטפעלד,
אין לופטפעלד האבן אפגעווארט די ראשי הקהילה וחשובי פני העדה און פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן שלום גענומען פונעם רב שליט"א,
דער רב האט געגעבן שלום עליכם פאר בנו הר"ר אלעזר שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת מזל טוב מקירות לבו,
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהילתינו הק'.

שפעטער איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי און גומל געבענטשט,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער שלום נעמען, און דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית האכסניא.

ארום 6:30 נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' שליט"א, עס זענען געווען אנוועזנד הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק און גיסו הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו - מראה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער קברי צדיקים און לאנדאנ'ע רב האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און מ'האט זיך געזעגנט לשלום.

דערנאך אום 7:00 איז דער רב אריבער אויף באזוך ביי הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו הק' וראה"כ, עס איז געווען אנוועזנד הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער נעמען וואס מ'שרייבט אריין ביי א תנאים אין די סוגיא פון שמות גיטין, און נאך.

דערנאך איז דער רב אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד,
ר' שמואל בנימין האט שואל געווען בשלומו, עס האט זיך פארמירט א קורצע שמועס,
דערנאך אום 7:45 איז דער רב צוריק צום אכסניא.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 128
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ז אייר תשפ״ה · May 15, 2025 · 7:34 PM
#1340
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת אמור =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ג ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50 און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

ארום 3:45 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
ארום 4:45 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

אום 5:40 האט זיך ארויסגעלאזט ממעונו אין וויליאמסבורג אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד,
די פליגער פונעם רב האט זיך געהויבן ארום 8:40 אויפ'ן וועג צום היטראו לופטפעלד אין לאנדאן.


א גוטן טאג.
~🌴~
👁 120
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ז אייר תשפ״ה · May 15, 2025 · 7:34 PM
#1339
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת אמור =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ל"ג ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

שפעטער האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול.

ארום 4:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
ארום 5:45 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 107
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ז אייר תשפ״ה · May 15, 2025 · 7:34 PM
#1338
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת אמור =

אין די צופרי שעה'ן האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט פון קרית יואל אויפ'ן וועג צו די קעטסקילס בערג.

ארום 8:30 איז דער רב אנגעקומען אינעם מחנה בית רחל קעמפ אינעם סאוט פאלסבורג געגנט וואו עס איז פארגעקומען דעם 'יום החתנים' פאר די הונדערטער חתנים דקהילתינו הק' מכל רחבי תבל וואו עס ווערן געהערט תוכנ'פולע דרשות פון פילע מגידים אנצוגרייטן די חתנים ליום חתונתם ושמחת לבם.

ביים אנקומען איז דער רב אריין בחדר הפרטי,
ארום 9:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
מ'האט געענדיגט ארום 10:20, און די חתנים זענען אריבער שלום נעמען.

דער רב האט געלייגט רבינו תם'ס תפילין, און דערנאך זענען די עסקני מפעל 'בית נאמן' צוגעגאנגען שלום נעמען און מ'האט ארומגערעדט איבער די גרויסע הצלחה פון די פארגאנגענע יום חתנים פון וואס דער רב האט געהאט קענטיגע קורת רוח, און דערביי איבערגעגאנגען מיט'ן רב די פלענער פאר'ן היינטיגן טאג,
דערנאך איז דער רב אריבער לחדר הפרטי.

ארום 11:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט משמיע געווען דעם צענטראלן דרשה פאר די הונדערטער חתנים בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
דער רב האט ארומגערעדט גאר שטארקע דברי הדרכה והשקפה מלא חיזוק מוסר והתעורורת וואס וועט באגלייטן די חתנים אויף א גאנץ לעבן,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים אין תהלים קאפיטל נ"א 'הרב כבסני מעוני ומחטאתי טהרני' און נאך, און דערביי ארומגערעדט א לענגערע צייט בעניני תשובה ותיקון המעשים ארויסברענגנדיג אז דער אויבערשטער איז נאר מוחל אויב מען טוט תשובה,
דערביי האט דער רב נאכגעזאגט פארוואס מ'זאגט 'קל ארך אפים אתה ובעל הרחמים נקראת', און מ'זאגט נישט ובעל חסד, ווייל כידוע אז חסד איז אפי' מען בעהט נישט, און ביי עניני תשובה איז דער אויבערשטער נאר מוחל אויב מען בעהט, דער רב האט מאריך געווען אין די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון תשובה ובפרט פאר די חתונה,
דער רב האט ארויסגעברענגט די הארבקייט פון עבירות שבין אדם לחבירו, און דערביי דערציילט עטליכע היינטיגע מעשיות אין דעם ענין.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון מתפלל זיין אויפ'ן לעבן, קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין נאך די חתונה, מ'קען שוין יעצט זאגן תהלים, ביי יעדע תפילה זאל מען אינזין האבן, ובפרט ביים יום החופה וואס איז די זמן המוכשר דערפאר,
קיינער ווייסט דאך נישט אויף וואס מ'דארף אלץ בעטן, אבער דער אויבערשטער זאגט דו בעהט נאר וויפיל דו קענסט, די איבריגע וועל איך שוין צולייגן.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז עס מאכט זיך ביי פילע יונגעלייט נאך די חתונה, מ'האט שאלות, מ'ווערט צומישט, פארלוירן און צוקלאפט, ס'איז דא מורי הוראות, ס'איז דא חתן מדריכים, מ'זאל קיינמאל נישט פרעגן קיין האקעלע שאלות פון יונגעלייט נאר פון איינער וואס איז כאטשיג דאפעלט אזוי אלט ווי דיר, און דערביי האט דער רב דערמאנט אז מ'דארף טאקע וויסן צו וועלכע חתן מדריך מ'גייט, ווייל ס'איז דא היינט ליידער אסאך וואס זענען נישט אזוי אויסגעהאלטן.

דער רב האט ממשיך געווען מיט עטליכע נקודות וואס זענען נוגע במשכ'ן חתונה, און דערביי ארויסגעברענגט אז ביים זיך גרייטן צום חתונה זאל מען וויסן וואס ס'איז די עיקר און וואס ס'איז די טפל, און ביים חתונה אליינס זאל מען טאנצן אויף אן איידעלן וועג, מיט'ן שטריימל אויפ'ן קאפ, מיט איידעלע מוזיק וכדו', מען שפירט בכלל נישט קיין שמחה ביי די חתונות וואס ס'איז דא אומאיידעלע מוזיק.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט פונעם לעבן פון א יונגערמאן נאך די חתונה, ענינים פון שלום בית, און נאך,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זיך גרייטן מיט די ריכטיגע הכנה, מ'זאל קענען תשובה טוהן באמת, און זוכה זיין צו א גליקליך לעבן.

דער רב האט פארענדיגט דעם דרשה ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם קעמפ אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג.

אום 4:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
נאכ'ן לערנען זענען די תלמידי הישיבה אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א לרגל הולדת נכדתו למז"ט בת הנולדה אצל בנו הר"ר אלעזר שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק' לאנדאן, און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי
ארום 6:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
ארום 7:25 האט דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 108
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ז אייר תשפ״ה · May 15, 2025 · 4:03 PM
#1332
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת אמור 9:00 אויפדערנאכט אין לאנדאן, 4:00 נאכמיטאג אין ניו יארק =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אריין צו תפילת מנחה בהיכל בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן אינאיינעם מיט א ריזן ציבור אנשי שלומינו תושבי העיר און פון איבער גרעיטאר אייראפע,
נאכ'ן דאווענען וועט אויפטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א מיט דברי הכנה צום געהויבענעם מעמד ההדלקה.

ארום 9:40 וועט מען פארקויפן די זכותים נשגבים פונעם הדלקה, און דערנאך וועט מען דאווענען תפילת מעריב,
נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען דעם געהויבענעם מעמד ההדלקה ברשפי אש קודש בחצר הביהמ"ד ביחד כל קהלא קדישא הדין, וואו דער רב שליט"א וועט מדליק זיין דעם מדורת אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואס וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט ריקודי קודש בעוז ותעצומות.

= תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו =
~🌴~
👁 112
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ז אייר תשפ״ה · May 15, 2025 · 2:32 PM
#1330
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארלאזט יעצט די שטוב פון הרה"ג ר' שמעי' לעוו שליט"א - ראש כוללינו נאך א באזוך.

פארדעם איז דער רב געווען אויף א באזוך ביי הגה"צ אב"ד ור"מ קהילתינו לאנדאן שליט"א.

~🌴~
👁 102
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ז אייר תשפ״ה · May 15, 2025 · 1:14 PM
#1329
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת אמור =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין קרית יואל,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג.

ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ט ע"ב - ל"א ע"א.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין קרית יואל,
ארום 9:45 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען צום סעודת פסח שני וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון מוה"ר שלמה לאנדא הי"ו אויף בשכונת חתם סופר,
דער רב האט זיך געוואשן צום סעודה און געגעסן מצה, מ'האט אויפגעגעבן אלע מאכלים אזויווי יו"ט.

דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד המעמד און מאריך געווען בשבח פון די ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די בליה און וואוקס פון די ישיבות בכמות ובאיכות ברוחניות ובגשמיות וואס דאס קאסט אפ א הון תועפות ובפרט יעצט ווען מ'שטייט א קורצע צייט פאר'ן עפענען דעם נייעם בנין הישיבה פאר די צוויי ישיבות, און ארויסגעברענגט דעם נחיצות הענין פון שטיצן דעם הייליגן ישיבה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

תיכף האבן זיך נדיבים בעם אונטערגענומען פאנטאסטישע סכומים לטובת דעם נייעם בנין הישיבה, עס איז געשאפן געווארן אויפ'ן פלאץ עטליכע הונדערט טויזענט דאללער,
דער רב האט פארלאזט דעם מעמד ארום 11:15 אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין קרית יואל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 109
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ז אייר תשפ״ה · May 15, 2025 · 12:43 PM
#1321
🌴בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א שליט"א ביים ווערן אפגעווארט היינט אינדערפרי אינעם לאנדאן היטראו לופטפעלד דורך די רבני וראשי קהילתינו הק’ און פולע אנ"ש

~🌴~
👁 116
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ז אייר תשפ״ה · May 15, 2025 · 3:38 AM
#1319
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת אמור 8:38 אינדערפרי אין לאנדאן, 3:38 פארטאגס אין ניו יארק =

די פליגער פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט נארוואס געלאנדעט אינעם היטראו לופטפעלד אין לאנדאן,
פון דארט וועט זיך דארט ארויסלאזן צום אכסניא א וועג פון ארום א שעה.

= ברוך הבא בשם השם =
~🌴~
👁 107
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ז אייר תשפ״ה · May 14, 2025 · 8:37 PM
#1316
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת אמור 8:37 אויפדערנאכט =

די פליגער פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הייבט זיך יעצט פונעם JFK לופטפעלד אין ניו יארק אויפ'ן וועג צום היטראו לופטפעלד אין לאנדאן,
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדן מארגן דאנערשטאג ארום 8:10 אינדערפרי ארטיגע זייגער, 3:10 ניו יארק'ע זייגער.

= כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך =
~🌴~
👁 113
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ז אייר תשפ״ה · May 14, 2025 · 5:40 PM
#1315
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת אמור 5:40 נאכמיטאג =

אין די יעצטיגע מינוטן פארלאזט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א מעונו אין וויליאמסבורג אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד פון וואו דער רב שליט"א וועט זיך ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין לאנדאן,
די פליגער פונעם רב איז ערווארטעט זיך צו הייבן ארום 8:05 אויפ'ן וועג צום היטראו לופטפעלד אין לאנדאן.

= כי בשמחה תצאו =
~🌴~
👁 113
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ז אייר תשפ״ה · May 14, 2025 · 11:58 AM
#1306
🌴בצל מורינו🌴
= פרטי וסדר הנסיעה הרוממה ע"י הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לעיר הבירה לאנדאן בשליחות הקודש של אביו הגדול כ''ק מרן רבינו שליט''א פרשת אמור שנת תשפ"ה =

היינט אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן וועט דער רב זיך ארויסלאזן ממעונו אין וויליאמסבורג אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד,
די פליגער פונעם רב איז ערווארטעט זיך צו הייבן ארום 8:05 אויפדערנאכט אויפ'ן וועג קיין ענגלאנד, און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם לאנדאן היטראו לופטפעלד דאנערשטאג אינדערפרי ארום 8:10 ארטיגע זייגער,
ביים אנקומען וועט דער רב צופארן א וועג פון ארום א שעה צום אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהילתינו הק' לאנדאן,
דערנאך וועט דער רב שליט"א דאווענען שחרית בבית מדרשינו הגדול, נאכ'ן דאווענען וועט זיין א געלעגנהייט פאר אנ"ש צו שלום נעמען.

אויפדערנאכט וועט פארקומען דעם גרויסן מעמד ההדלקה ווי יאר יערליך אויף פיל א פארברייטערטע פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען ערווארטעט פון איבער אייראפע,
צום ערשט וועט דער רב דאווענען תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד, דערנאך וועט הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א מקבל פנים זיין דעם גרויסן גאסט און משמיע זיין דברי תורה בגודל קדושות היום, און דערנאך וועט מען דאווענען תפילת מעריב.

נאך תפילת מעריב וועט דער גאנצער ציבור ארויסגיין צום חצר הביהמ"ד וואו מ'וועט זינגען ניגוני הכנה והתעוררות און דערנאך וועט דער רב משמיע זיין דברי תורה בגודל מעלות וקדושות וסגילות הזמן מיט פאסיגע דברי הכנה איידערן מעמד ההדלקה,
דאן וועט דער רב אנצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט ריקודי קודש בעוז ותעצומות פאר א לענגערע צייט מיט די זמירות ל"ג בעומר.

פרייטאג אינדערפרי יום ל"ג בעומר וועט דער רב דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה דמוסדותינו הק' בהיכל הישיבה,
דערנאך וועט פארקומען א סעודה לכבוד היום וואו דער רב וועט משמיע זיין דברי תורה בדברי השקפה והדרכה פאר די בחורי חמד.

שפעטער וועט דער רב אנקומען אויף א באזוך בבנין הת"ת אין אפרעכטן א מסיבת לחיים לכבוד היום און משמיע זיין דברי חיזוק והדרכה פאר די ילדי תשב"ר,

אלע תפילות דורכאויס שבת קודש וועט דער רב דאווענען בהיכל בית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט אלע חברי הקהילה,
סעודת ליל שבת קודש וועט דער רב פראווענען מיט די תלמידי ישיבה גדולה החדש דמוסדותינו הק',
נאכ'ן סעודה וועט פארקומען א התוועדות ליל שבת קודש פאר אלע אנשי שלומינו תושבי העיר בבית מדרשינו הגדול,

שב"ק אינדערפרי נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען די קידושא רבא לבת הנולדה למז"ט אצל בנו הר"ר אלעזר שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', וואו דער גאנצער ציבור וועט האבן די געלעגנהייט אריבערצוגיין וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א.

שבת נאכמיטאג וועט דער רב פארלערנען פרקי אבות בדברי מוסר והתחזקות בעניני השקפה ויסודי הדת,
נאך פרקי אבות וועט מען דאווענען תפילת מנחה, און דערנאך וועט דער רב פראווענען א דערהויבענער שלש סעודות, דערביי וועט דער רב משמיע זיין פייערדיגע דברי כיבושין אין די געהויבענע מינוטן בעת רעוא דרעוין.

זונטאג נאכמיטאג ארום 2:30 וועט זיך דער רב שליט"א ארויסלאזן אויפ'ן וועג צום לאנדאן היטראו לופטפעלד,
די פליגער פונעם רב איז ערווארטעט זיך צו הייבן אום 5:00 ארטיגע זייגער אויפ'ן וועג קיין ניו יארק, און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם JFK לופטפעלד ארום 7:55 נאכמיטאג.

= כי בשמחה תצאו ובשלום תובלון =
~🌴
👁 206