🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ג אייר תשפ״ה · May 11, 2025 · 4:31 AM
#1274
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה, פארן נדבן הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק דבר אל כל עדת בני ישראל קדושים תהיו און נאכגעזאגט פונעם זרע קודש אז ע'דת ב'ני י'שראל ק'דושים איז ר"ת יעקב און נאכגעזאגט די מדרש אז השי"ת האט מבטיח געווען פאר יעקב אבינו אז כלל ישראל וועט האבן א קיום אלע יארן, און ארויסגעברענגט אז נאר דורך די זכות פון יעקב קען מען זיך האלטן אין גלות און די עקזיסטענץ פון כלל ישראל אפילו אין די טריפה'נע אמעריקע איז נישט ע"פ דרך הטבע.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען קען זיך צוזאמקומען פאר א חנוכת הבית פאר אזא בנין מפואר, וואו די בחורים וועלן ווייטער שטייגן לשם ולתפארת, און ממשיך געווען מיט יסודות'דיגע דברי הדרכה פאר די בחורים איבער התמדת התורה, עבודת התפלה און פירן א געהויבענעם חסיד'ישן התנהגות מיט א ברען און פלאם ווי ס'פאסט פאר חסיד'ישע בחורים.

באזונדער האט דער רבי דערמאנט לשבח דער חשוב'ער נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכער האט אויפגעבויט אזא שיינער בנין מפואר פאר די ישיבה, און דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם נדבן פאר אלע אנדערע פראיעקטן און בנינים בתוככי קהילתינו הק' אין וומ"ס, וועלכע זענען אהערגעשטעלט אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם און זענען אנגעפילט מיט מתפללים און לומדים אויפן העכסטן סטאנדארט.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער די פרישע פראיעקט פונעם נדבן וועלכער גייט בעז"ה אויפשטעלן ביליגע דירות אין קרית יואל, דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די אומגעהויער שווערע מצב מיט די דירות אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וועלכע איז טאקע די הייליגסטע וואס קען נאר זיין אין אלע ענינים, תורה, עבודה, גמ"ח, און די גרעסטע צדיקים אין תלמידי חכמים האבן פון דא מפיץ געווען תורה ויראת שמים פאר די גאנצע וועלט, אבער דאך איז די מצב פון די דירות פרייזן שוין אומדערטרעגליך, און עס איז ממש נישט מעגליך פאר א געווענליכער מענטש צו קויפן א דירה, און אפילו דינגען קאסט אפ א הון תועפות, און קוקנדיג מיט א בליק אויף פאראויס זעט זיך נישט אן קיין דערלייכטערונג, נאר עס ווערט נאר ערגער.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אין די ברייטע אמעריקאנער גאס, און אזוי אויך אין ארה"ק, האט מען שוין דורכגעבראכן אז א פארפאלק האט חתונה און ציט זיך תיכף אוועק פון די שטאט פון די עלטערן צוליב די הויכע קאסטן פון פארבלייבן אין די עלטערע שטעט, און כאטש וויליאמסבורג איז טאקע זייער ערליך און הייליג, קומט עס נאכאלץ נישט צו צו קרית יואל ברוחניות, און נישט בגשמיות, רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט קרית יואל טאקע פאר וויליאמסבורגער אידן, און עס איז געקומען די צייט צו זאגן דעם פסוק קומו צאו מן המקום הזה, און מען זאל זיך ארויס ציען קיין קרית יואל, וואו עס איז די א שפע פון דירות פאר צוגענגליכע פרייזן, און דערצו איז דא גענוג שטחים זיך אויסצוברייטערן אינעם צוקונפט, און אויסגעפירט "מ'זעט אז דער עתיד פון אנ"ש איז אין קרית יואל".
דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר די הנהלת הישיבה און פאר אלע תלמידים, און א ברכה מיוחדת פאר'ן חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו און די גאנצע משפחה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 8:30.

שפעטער ביינאכט האט דער רב קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך מכבד געווען דער נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו ובני משפחות, און די הנהלת הישיבה, קובע צו זיין מזוזות אויף די אנדערע טירן.
~🌴~
👁 118