🌴 בצל מורינו 🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו פארגאנגענעם מיטוואך פרשת במדבר אין די זאל פון קאנטינענטאל. ~🌴~
🌴בצל מורינו 🌴 נאך בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים פארזאגן פרקי תהילים לאור די שווערע מצב בארה"ק, בפקודת רבינו שליט"א נאכן 'מעמד לימוד כל הש"ס' ביים היסטארישן סיום הש"ס דורך 'חבורת תורתך שעשועי' דקהלתינו הק' אינעם RCC קאמפלעקס אין מאנסי. ~🌴~
ארום 8:45 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.
ארום 10:50 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"א ע"א - מ"ב ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 12:15.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום גיגאנטישן RCC קאמפלעקס אין מאנסי וואו עס איז פארגעקומען דעם גרויסארטיגן מעמד סיום כל הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי, ארום 1:45 איז דער רב אנגעקומען אינעם זאל צום סדר הלימוד כל הש"ס כולו אינאיינעם הונדערטער אנשי שלומינו חברי החבורה, צום ערשט איז דער רב ארומגעגאנגען צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח, דערנאך האט דער רב זיך אראפגעזעצט אויפ'ן מקום המיוחד אינעם פאדערשטן שורה און געלערנט בחברותא אינאיינעם מיט בנו הר"ר חיים הערש שליט"א.
ארום 4:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט די הונדערטער לומדים ומסיימים, פאר'ן דאווענען האט דער רב פארגעזאגט פסוקי תהלים בהשתפכות הנפש לאור דעם מצב המלחמה בארץ הקודש ע"פ פקודת רבינו שליט"א, און דערנאך האט דער רב מיטגעהאלטן דעם גאנצן מעמד הסיום בראשות מרן רבינו שליט"א.
נאכ'ן מעמד האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א אין א זייטיגן צימער אינעם זאל, און דערנאך פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
ארום 11:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום סעודת מלוה מלכה אינאיינעם מיט'ן סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך צענדליגער מתפללי הבית המדרש, דער רב האט זיך געוואשן און טועם געווען חלה און פיש, דער יושב ראש הר"ר יואל בערגער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים, דערנאך האט דער גאנצער ציבור אינאיינעם געזינגען זמירות מלוה מלכה.
מען האט אויפגעגעבן בארשט און קוגל, דערביי האט הרה"ג ר' מנחם מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' געמאכט דעם סיום הש"ס און געזאגט דעם הדרן, און גערעדט עטליכע קורצע ווערטער, הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו האט געזאגט קדיש לרגל דעם סיום, דערנאך האט הרה"ג ר' יואל וויינבערגער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' געזאגט דעם התחלת הש"ס און פארגעלערנט דעם ערשטן משנה אין מס' ברכות, און דערנאך גערעדט פאר עטליכע מינוט, נאכ'ן סיום האט זיך דער רב אויפגעשטעלט טאנצן אויפ'ן פלאץ פאר עטליכע לענגערע מינוטן און נאכגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין ריקודי קודש.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד הסיום און זיך געשטעלט אויפ'ן לעצטן מימרא אין מסכת נדה 'כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא', און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים במשכ'ן דרשה, דער רב האט ארויסגעברענגט די חביבות התורה וואס מען דארף האבן צו די תורה און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון די מסיימים, וויפיל מען האט זיך געדארפט מקריב זיין פאר תורה צו קענען אנקומען צו די פרייליכע מינוטן פון מסיים זיין גאנץ ש"ס, און באזונדער האט דער רב ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן פטרון החבורה וואס געבט זיך אוועק און לייגט אריין געוואלדיגע כוחות פאר די לומדי החבורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, נאכ'ן דרשה האט הרה"ח ר' שלום אליעזר פראנקעל הי"ו - גזבר הקהלה אנגעוואונטשן דעם רב אז דער רב זאל ווייטער קענען פירן די קהילה ביז משיח'ס טאג, עוד ינובון דשנים ורענענים יהיו, דערנאך האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' מנחם מאיר מיטטעלמאן שליט"א צו בענטשן.
נאכ'ן בענטשן האט דער רב אויסגעטיילט א סעט ש"ס במתנה פאר די קרוב צו הונדערט מסיימי הש"ס מתפללי הביהמ"ד, און די מסיימים זענען אריבער און פערזענליך אפגענומען דעם ש"ס פונעם רב שליט"א וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין ריקודי קודש און אפגעראכטן די פייערדיגע ריקודין בעוז ותעצומות מיט די ש"ס אין די הענט, דער רב איז געטאנצן אין א רינג ארומגענומען מיט אלע מסיימים וואס טאנצן ארום און ארום יעדער מיט זיין ש"ס אין די הענט, און דער רב איז ארומגעטאנצן ארום דעם גאנצן ביהמ"ד מיט די ש"ס אין די הענט, דערנאך האט דער רב פאר א לענגערע צייט געטאנצן מיט יעדן פון די מסיימים באזונדער, און דערנאך האט דער רב געטאנצן אין א רינג מיט די בחורים, מ'האט געענדיגט ארום 2:05, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו 🌴 נאך בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים פארזאגן פרקי תהילים לאור די שווערע מצב בארה"ק, בפקודת רבינו שליט"א, און דערנאך ביי תפילת מנחה ברוב עם נאכן 'מעמד לימוד כל הש"ס' ביים היסטארישן סיום הש"ס דורך 'חבורת תורתך שעשועי' דקהלתינו הק' אינעם RCC קאמפלעקס אין מאנסי. ~🌴~
🌴 בצל מורינו 🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים פארזאגן פרקי תהילים לאור די שווערע מצב בארה"ק בפקודת רבינו שליט"א נאכן מעמד לימוד כל הש"ס אינעם RCC זאל אין מאנסי. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 נאך בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים עוסק זיין בתורה אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א ביים מעמד לימוד כל הש"ס איידערן גרויסן סיום הש"ס דורך אלפי לומדי תורתך שעשועי אין די RCC זאלן אין מאנסי ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים עוסק זיין בתורה אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א ביים מעמד לימוד כל הש"ס איידערן גרויסן סיום הש"ס דורך אלפי לומדי תורתך שעשועי אין די RCC זאלן אין מאנסי ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אן צום מעמד לימוד כל הש"ס איידערן גרויסן סיום הש"ס דורך אלפי לומדי תורתך שעשועי אין די RCC זאלן אין מאנסי ~🌴~
ארום 8:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, דער רב האט טועם געווען פיש און מען האט פארטיילט פאר'ן ציבור, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו - ק"י, שיר המעלות: מוה"ר ברוך שטערן הי"ו.
דערנאך האט דער געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אל נא תעזוב אותנו, כי על כן ידעת חנותינו במדבר, והיית לנו לעינים', און עס אויסגעשטייטשט אויף צוויי מהלכים, און דערביי ארומגערעדט איבער דעם מידה פון ענווה און ארויסגעברענגט ווי ווייט א איד דארף זיך מאכן אזויווי א מדבר, באזונדער האט דער רב נאכגעזאגט דעם נועם אלימלך וואס איז מסביר אז מיט איין אויג דארף מען זעהן גדלות הבורא און מיט די צווייטע דארף מען זעהן שפלות עצמו, און עס אויסגעטייטשט לפי דרכו.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם גרויסן שמחה צווישן חברי קהילתינו הק' וועלכע זענען אין די יעצטיגע טעג מסיים גאנץ ש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורים ועובדות פון רבותינו הקדושים למעלה בקודש ווי זיי האבן זיך געפריידט בשמחת התורה, און דערביי ארויסגעברענגט די שמחת התורה וואס מען דארף האבן ווען מ'איז מסיים גאנץ ש"ס אזויווי ביום שמחת תורה ווען מ'איז מסיים תורה שבכתב, און די כבוד התורה וואס מען דארף אפגעבן פאר די מסיימים, און דערנאך ארויסגעברענגט לשבח פון אנשי שלומינו חברי קהילתינו הק' לומדי חבורת תורתך שעשועי אז מיט דעם זענען מיר אייגנארטיג פון אלע אנדערע קהילות אז די בעלי בתים ווייסן "אפי' איך האב געענדיגט ש"ס, האב איך נאכנישט קיין דעת תורה", און זיי קוקן ארויף אויף די מורי הוראות און דיינים וואס האבן דעם דעת תורה און ווענדן זיך צו זיי אין יעדן ענין לדעת את המעשה אשר יעשון און פאלגן אלעס על פי הוראתם, און אזוי אויך טוען די בעלי בתים בני קהילתינו הק' שעצן די כולל יונגעלייט וועלכע זענען זיך מקריב פאר תורה און לעבן מתוך הדחק אלעס כדי צו קענען עוסק זיין בתורה אפי' זיי זענען נישט פון די מסיימים, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז פון דעם שמחה זאל נשפע ווערן נאך שמחות ביז מ'וועט זוכה זיין צו ביאת גוא"צ בב"א.
ידיד נפש: הר"ר יחיאל גוטמאן שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
ערש"ק ארום 8:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, דער רב האט מכבד געווען הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' יורד צו זיין לפני התיבה, דערנאך האט מען געדאווענט קבלת שבת און מעריב, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 12:30 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען מוה"ר משה לייב טרעגער הי"ו, דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'בהעלותך את הנרות' און אויפ'ן רש"י 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה', און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול, מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: הר"ר שמחה טייטלבוים שליט"א, ויהיו רחמיך: מוה"ר עוזר חיים פריעד הי"ו - אנטווערפן, ברכת המזון: הר"ר משה מייזליש שליט"א.
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון רבותינו הקדושים וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן וואך, מ'האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר לבן הנולד אצל ר' זאב ווייסמאן הי"ו ולבן הנולד אצל ר' יוסף אלי' ביקעל הי"ו ולבן הנולד אצל ר' שלמה שמעון בראך הי"ו, דער רב האט מכבד געווען מוה"ר אברהם שלום בראך הי"ו צו זינגען וזכינו לראות בנים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מרדכי יצחק הכהן מאשקאוויטש הי"ו, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי, נאכ'ן תפילת מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
נאכן דאווענען איז דער רב אריבער אין היכל תהילות יוסף צו די קידושים לרגל עלי' לתורה פון החתן בן הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', און פון החתן בן הר"ר יואל בערגער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, און פון החתן בן מוה"ר אפרים שטערן הי"ו און פון החתן בן מוה"ר שמשון אליעזר מארמארשטיין הי"ו און פון החתן בן מוה"ר יואל הכהן פריעדמאן הי"ו און פון החתן בן מוה"ר יעקב שווארץ הי"ו און פון החתן בן מוה"ר חיים ווערצבערגער הי"ו, און לרגל הולדת הבת אצל מוה"ר אליעזר אבא פריעד הי"ו, דער רב האט אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה ברכות לרוב, ארום 12:35 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
🌴 בצל מורינו 🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר גרשון גוטמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם מרדכי לאם הי"ו - מאנסי, פארגאנגענעם דינסטאג נאכט אין די זאלן פון סעוויל מענאר אין בארא פארק , צוגעשטעלט דורך די זיידע הרה"ח ר' בנימין בארבער הי"ו. ~🌴~
אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הר"ר יואל פארקאש שליט"א, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
נאכ'ן דאווענען ארום 10:45 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צום אסיפת הרבנים אין שטוב פון הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ, עס זענען געווען פארזאמלט פילע גדולי התורה והוראה מנהיגי קהילות הקודש פון די גרעסטע קהילות אין ברוקלין וואו מען האט דן געווען בדבר ה' זו הלכה בענינים העומדים על הפרק, אינמיטן דעם אסיפה האט דער רב איבערגעגעבן אז רבינו שליט"א וויל איבערגעבן עטליכע דיבורים אויפ'ן טעלעפאון פאר די רבנים ודיינים, דערביי האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש בחובת השעה אויף א לייוו הוק אפ און ארויסגעברענגט דעם נחיצות הענין זיך מגייע צו זיין אויפצוטוהן למען הכלל והפרט און שטארק מחזק געווען די רבנים הגאונים שליט"א, נאכ'ן אסיפה האט דער רב פארלאזט דעם שטוב אויפ'ן וועג צוריק קיין קרית יואל.
אויפדערנאכט האט דער רב מיטגעהאלטן דעם גאנצן שמחת החתונה בחצרות קדשינו, פון נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת גיסו הגה"צ ר' חנוך העניך אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד אבני צדק דקהילתינו הק' ק"י, בן האדמו"ר מאלעסק זצ"ל, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' יהושע שלום נתן רובין שליט"א - אב"ד גלאגוב ב"פ וחתן האדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל.
נאכ'ן חופה אום 8:20 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר מרדכי.
ארום 10:15 איז דער רב אהיים לביתו וואו עס איז ארויפגעקומען עטליכע נדיבים מאנשי שלומינו וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת דעם נייעם בנין הישיבה פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה וועלכע שטייט תחת דגלו והדרכתו פונעם רב שליט"א, און דערנאך איז דער רב צוריקגעגאנגען צום שמחת החתונה.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ב ע"ב - מ"ג ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.
ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול, שפעטער האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שמעון ישראל קארנבלי הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.
דערנאך איז דער רב אריבער צום סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך הרה"ח ר' יצחק ב"ר שמשון שווארץ הי"ו אין די זאלן פון פארק מענאר סעליש.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים חתונה פון החתן בן הר"ר יואל בן הר"ר מרדכי גדלי' שפיטצער שליט"א - ק"י, עב"ג הכלה בת הר"ר מאיר סאקס שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל דוד שליט"א - מו"ץ דביהמ"ד בנין געלבשטיין דקהילתינו הק', אין די זאל פון גינת אסתר, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר וואלף בער רעטעק הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יעקב ב"ר יודא קאהן הי"ו אין די זאל פון כתר צבי.
שפעטער בזמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר דוד שלמה בערגער הי"ו - ב"פ, און מוה"ר חיים פארגעס הי"ו אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס.
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין שיכון סקווירא וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה פון ש"ב נכד דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, החתן בן חתנו הגה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, דער רב איז אנגעקומען ארום 11:30 און זיך באגריסט מיט די געהויבענע זיידעס און מחותנים, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און געהויבענע זיידעס האדמור"ם שליט"א.
פון דארט איז דער רב צוגעפארן קיין מאנסי וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין שטאט, ביים תנאים פון די מחותנים העסקן מוה"ר יודא לייב זארגער הי"ו און מוה"ר יואל גראד הי"ו אין די זאלן פון שאפערס העיווען, און ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו - וומ"ס, עב"ג הכלה בת מוה"ר ארי' דוב פאוועל הי"ו אין די זאל פון אטריום.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.