= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאך חמישי האט דער רב קורא שם געווען לבת הנולדה למז"ט אצל מוה"ר ליפא יואל ריספלער הי"ו,
נאך שביעי האט דער רב קורא שם געווען לבת הנולדה למז"ט אצל מוה"ר יושע וואלדמאן הי"ו,
נאכ'ן ליינען האט מען געדאווענט תפילת מוסף.
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג צו די קידושים לרגל עלי' לתורה פון החתן בן מוה"ר יואל ברד"א יאקאב הי"ו און פון החתן בן מוה"ר יואל ברא"ד רובינשטיין הי"ו, און לרגל הולדת הבת אצל מוה"ר ליפא יואל ריספלער הי"ו און אצל מוה"ר יושע וואלדמאן הי"ו, דער רב האט אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה ברכות לרוב,
ארום 12:40 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= רעוא דרעוין =
ארום 8:55 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר משה הערש הערשקאוויטש הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ימי השמחה אין די קהילה מיט'ן סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך הונדערטער חברי הקהילה, ס'איז א שמחה וואס מ'קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, מ'האט זיך מייגע געווען לילות כימים. און אין די קומענדיגע טעג וועט מען בעז"ה פראווענען די סיום ברוב עם ארויסצוהייבן לשבח די הונדערטער מסיימים, און ס'איז זייער חשוב אז עס הערשט א מורא'דיגע ווארעמקייט זיך מיטצוכאפן מיט'ן התחלת הש"ס,
ס'איז אבער דא אידן וואס ארבעטן ביטער שווער על המחי' ועל הכלכלה אדער דארפן זיי ארויסהעלפן אינדערהיים און זיי טוען עס מיט מסירות נפש, אזוי אויך כלי קודש וואס זענען עוסק מיט תלמידים און מורי הוראה וואס זענען פארנומען צו פסק'ענען שאלות, און זיי קענען קוים דעריאגן דורכצולערנען אן עמוד גמרא מיט א קלארקייט, אדער אפילו איינער וואס נוצט אויס די צייט צו לערנען חומש רש"י צו אוה"ח הק' יעדע וואך, חלילה צו ווערן צוקלאפט און האבן א געפיל אז זייער תורה איז נישט גענוג ווערד, יעדער טוט זיין תפקיד אויף דער וועלט, אויבן אין הימל פרעגט מען נישט צו מען האט מסיים געווען ש"ס, מען פרעגט 'קבעת עתים לתורה',
נאר פארשטייט זיך אז דער וואס האט נאך יא איבריג צייט אין טאג זאל זיך אוודאי מיטכאפן מיט'ן צווייטן מחזור פון תורתך שעשועי.
דאן האט דער רב מאריך געווען איבער דאס וואס האט זיך אריינגעכאפט בקצה המחנה צו מיטהאלטן שיעורים אין תורה אויף די כלים הטמאים, און דערביי דערציילט איבער איינער פון די חברי הנהלת מוסדותינו הק' אין קרית יואל וואס איז פארבעטן געווארן דורך א געוויסע ארגעניזאציע וואס איז מחזק אידן אין שמירת עינים צו רעדן אויף א ווידיאו איבער דעם ענין,
און דער רב האט מסביר געווען אז ס'קען נישט זיין אז א זאך וואס האט ליידער אזויפיל חרוב געמאכט און אזויפיל פארדארבן זאל קענען ברענגען גוטע זאכן, און אז דאס איז געווען די גאנצע מלחמה פונעם הייליגן חתם סופר איבער לערנען בלשונות העמים, און דערמיט האט דער רב אויסגעפירט "ענדערש נישט צו לערנען ווי צו לערנען אויף אזא אופן, א זאך וואס נייגט אוועק מדרך המסורה איז אינגאנצן מופרך בײ אונז",
מיט יארן צוריק איז שוין געווען א געוויסע חסידות וואס איז אויפגעקומען מיט א געדאנק אז מען קען פארלערנען חסיד'ישע ענינים אויף די טעלעוויזיע, און עס האט דאן אפגעמאכט א געפערליכע שטורעם און מחאות. מען דארף וויסן אז א זאך וואס ברענגט אונטער אידישקייט קען מען נישט נוצן פאר תורה קיין כי הוא זה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

👁 164