🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י׳ סיוון תשפ״ה · Jun 6, 2025 · 3:12 AM
#1596
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת נשא - אסרו חג שבועות =

ארום 10:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט רבינו שליט"א.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג נאכ'ן וויילן אויף יום טוב שבועות העעל"ט בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ארום 6:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג'.

אום 7:20 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר ברוך ראזענבערג הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שרגא יצחק ווייס הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר אייזיק וויזעל הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר יואל ב"ר אהרן ווייס שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 9:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר ברוך ראזענבערג הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שרגא יצחק ווייס הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל,
און דערנאך ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר שלמה יוסף באש הי"ו אינאיינעם מיט א סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך ר' שלמה יוסף, אין די זאלן פון אפריון קראסנא.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 164