🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב חשוון תשפ״ו · Nov 3, 2025 · 9:28 PM
#2194
ב', דער רב האט מאריך געווען אינעם חילוק פון לא און לו און געבויעט אויף ספרים הקדושים אז לו מיינט די עתיד, און געטייטשט ויחשבה לו צדקה אז דער באשעפער האט שוין יעצט גערעכנט די צדקה וואס אברהם אבינו גייט געבן בעתיד,
ג', אברהם אבינו איז געווען אזוי גרויס אז ער האט געגעבן צדקה אפילו ער האט געהאט אמונה אינעם אויבערשטן און ער האט געגלייבט אז די באשעפער פארלאזט נישט די מענטשן, ער האט נישט געדארפט צוקומען צום מדת אפיקורסות צו געבן צדקה,
ד', אברהם אבינו איז געשטיגן יעדן טאג און דערפאר איז זיין נשמה געווען א גאסט ביי אים, איז גערעכנט געווארן אלץ א צדקה אפילו דאס וואס ער האט געגעבן צו עסן פאר זיין גוף.

דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט די חסדי ה' אז אין די יעצטיגע סדרות דערמאנט מען זיך כסדר צוריק צו די ימים טובים וימים נוראים,
צווישן אנדערע דערמאנט מען ראש השנה אין פרשת נח ווען מ'זאגט די פסוקים פון זכרונות, און אין פרשת וירא ווען מ'ליינט ביידע קריאות פון ר"ה,
יום הקדוש די עקידה וואס איז לויט די מדרש געווען יום כיפור,
סוכות ווייל מ'האט נאר זוכה געווען דערצו בזכות והשענו תחת העץ,
פסח אברהם אבינו האט געגעבן פאר די מלאכים מצות, לושי ועשו עגות,
שבועות וויבאלד די מלאכים האבן נישט געקענט מקבל זיין די תורה ווייל זיי האבן געגעסן מילכיג מיט פליישיג, און נאך פיל,
און ארויסגעברענגט אז עס איז א חסד ה' אז מ'קען זיך דורכדעם מחזק זיין אינעם לאנגן ווינטער,
דערמיט האט דער רב אויסגעטייטשט די משנה אשה בוררת חטים לאור שמחת בית השואבה אז מ'האט עס געטון נאך וואס עס איז אריבערגעגאנגען די געלעגנהייט כדי זיך מחזק צו זיין אז אט אט קומט שוין פסח און מ'דארף שוין מעל פאר די מצות.

דערנאך דער רב האט אנגעהויבן דעם ניגון והיא שעמדה אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור באש להבת שלהבת,
מען האט אויפגעגעבן לעבער, דער רב האט טועם געווען און מען האט פארטיילט פאר'ן גאנצן ציבור,
קה אכסוף: הרה"ג ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפלה למשה דקהילתינו הק'.

דערנאך האט דער רב דערציילט סיפורים ועובדות פון זקינו הרה"ק ר' משה שינאווער זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג וירא י"ב חשון,
דער רב האט אנגעהויבן ויהיו רחמיך,
אלקא די ליה: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק'.

מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען דעם בעל שמחה בנו הרב יואל שליט"א,
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות,
דער רב האט דערציילט די מעשה פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע אז אברהם אבינו האט זיך באוויזן צו אים, און ממשיך געווען מיט סיפורים איבער די רבי'סטעווע פונעם חוזה בשעת דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע האט נאך געלעבט,
דער רב האט טועם געווען פון די פירות און פארטיילט פאר די פרישע חתנים און מען האט פארטיילט פאר'ן גאנצן ציבור.

אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק',
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית חותנו אין באגלייטונג פון פילע אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע האבן אויסגענוצט דעם געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות בכל עניני ותחומי החיים.
👁 137