🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב חשוון תשפ״ו · Nov 3, 2025 · 9:28 PM
#2193
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת לך - שבת התאחדות בקרב קהלתינו הק' בעיר בארא פארק - לרגל שמחת הקידושא רבה לבת הנולדה אצל בנו הרב יואל שליט"א =

א גאר דערהויבענעם שבת איז אריבער בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אין שטאט בארא פארק וואו פון נאנט און ווייט זענען די תושבי העיר געשטראמט אין די מאסן צו קומען מיטהאלטן פון די לעכטיגער מעמדים דורכויס שבת,
במשך שבת האבן זיך באטייליגט אלע רבני ודייני קהילתינו הק' און נאך רבני העיר, און אזוי אויך זענען אנוועזענד געווען ביי אלע מעמדים די פילצאליגע נכדי מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע וואוינען אין שטאט און זענען געקומען זיך מסתופף זיין ביים רב שליט"א.
פאלגענד זענען א טייל פון די רבנים וועלכע האבן זיך באטייליגט במשך שבת,
הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד הגדול,
הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד אכצן עוו. דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א - ראה"כ, ודומ"ץ ביהמ"ד 36'סטע סטריט,
הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב וראש ישיבה גדולה ויואל משה דמוסדותינו הק',
הרה"ג ר' חיים משה לעוו שליט"א - ראש הכולל דקהילתינו הק',
הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים,
הרה"ג ר' יואל ברש"א טייטלבוים שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מעיין התורה דמוסדותינו הק',
הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א,
הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א, און נאך פיל.

= ליל שבת קודש =

ערש"ק ארום 6:25 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א האט מכבד געווען חתנו דער רב שליט"א יורד צו זיין לפני התיבה צו תפילת מנחה,
דער רב איז צוגעגאנגען און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות, און דערנאך זיך באדאנקט פאר חותנו הגדול,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט,
מ'האט געענדיגט ארום 7:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית חותנו.

= התוועדות ליל שבת קודש - בביהמ"ד דברי יואל =

דער היכל הביהמ"ד איז געווען אויסגערישט מיט די מערסטע צאל זיץ און שטיי פלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו, במשך דעם באטע זענען די זיץ פלעצער געווען פול און די בחורים זענען געשטאנען ארום און ארום דעם היכל הביהמ"ד, אזוי אויך זענען געווען אנוועזענד פילע רבני וזקני העדה.

ארום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו.

דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
צווישן אנדערע האט דער רב דערציילט די מעשה פון רבי ר' הערש מרימנוב אז ער האט געזאגט תורה אנגעהויבן פון בריאת העולם און דערביי געזאגט די שירה פסוק בפסוק און דערנאך צוגעקומען אז אין די תורה שטייט 'אמרי נא אחותי את למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך', און דער רבי ר' הערש האט געטייטשט אז א מענטש זאגט פאר די תורה אז איך בין דיין שוועסטער, און ס'וועט זיין גוט דורך מעביר סדרה זיין, און מ'וועט האבן חיות בזכות פון גלילה, דער רב האט נאכגעזאגט וויאזוי ר' יענקעלע מפשעווארסק האט עס מסביר געווען און דער רב האט עס אויסגעטייטשט אויף א פרישן אופן.

דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפן פסוק 'והאמין בה' ויחשבה לו צדקה' און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים,
א', דער רב האט ארומגערעדט פון דעם וואס ערליכער אידן האבן שטענדיג מקפיד געווען אז די געלט וואס מען האט זאל נאר קומען פון כשר'ע פלעצער, ווייל עס גייט אריין א כח אין די געלט פון דער וואס געבט עס,וועגן דעם האט אברהם אבינו געטראכט בשעת'ן געבן צדקה פון אמונה כדי עס זאל משפיע זיין אויף די מענטשן וואס באקומען עס,
👁 152