🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ב חשוון תשפ״ו · Nov 3, 2025 · 9:28 PM
#2196
און דער רב האט ווייטער אויסגעטייטשט די פסוק 'אמרי נא אחותי את ולמען יטב לי באבורך וחותה נפשי בגללך', 'גלל' איז א לשון פון מגולה, ווייל סאיז פעמים מגולה, אברהם אבינו האט בארואיגן שרה אז אפילו מוועט געוואר ווערן אז ביסט נישט מיין שוועסטער וועט אויך זיין גוט.

דער רב האט ממשיך געווען וואס די גמרא זאגט אז גלל מיינט שן ווייל סאיז פעמים מגולה און דאס ווייזט אויפן ענין פון אכילה, און נאכגעזאגט פון דער רבי ר' הערש מרימנוב זצ"ל אז מיט'ן עסן קען מען מכניע זיין אלע שונאים, און דער ייטב לב איז מסביר אז דאס האט פרעה געזאגט 'הנה עם ישראל רב ועצום ממנו' הנה, שטייט אין מדרש איז א לשון שמחה, וויבאלד זיי זענען בשמחה זענען זיי שטערקער פון אונז, זאגט די ייטב לב אז ווען א מענטש עסט צו טוהן די רצון השם ווערט ער בשמחה, מיטן עסן קען מען מכניע זיין אלע שונאים, און דאס זאגט די פסוק אמרי נא אחותי את ולמען יטב לי באבורך וחותה נפשי בגללך' וואס דאס מיינט מיטן צאן - מיט אכילה,
און מיט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט די פסוק 'ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין', שם האט נישט געקענט ארויסגיין אין מלחמה ווייל 'והוא כהן לקל עליון', וועגן דעם 'הוציא לחם ויין', צו ווייזן פאר אברהם אבינו אז מיט אכילה האט ער ארויסגעהאלפן און מכניע געווען אלע שונאים.

און דער רב האט ממשיך געווען בדברי מוסר אויף לימוד התורה בקביעות עתים לתורה, מזאל זעהן צו האבן א שיעור קבוע יעדן טאג און בפרט פארן דאווענען וואס דאס באגלייט דעם מענטש א גאנצן טאג,
און מיט דעם האט דער רב געטייטשט די מסורה, 'הרומותי ידי לה' ידי מיינט ידים לתורה לערנען תורה, און אז מען טוט ביידע צוזאמען, לערנען פארן דאווענען דעמאלסט 'הרומותי בחור מעם' נעמט אונז די באשעפער פאר א פאלק, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד.

נאך תפילת מעריב איז דער רב ארויס פארנט פון ביהמ"ד און געמאכט קידוש לבנה ברוב עם, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוטע וואך און גוטן חודש.

דערנאך איז דער רב אריין אין עזרת נשים וואו דער רב האט געמאכט הבדלה פאר די צענדליגע געסט.

ארום 10:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל נפתלי וויזנער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יעקב שלום טרעגער הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית המחותן ר' יעקב שלום.

ארום 11:45 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' וומ"ס צום שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' שלום אונגאר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א חתן האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א,
דער רב האט זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א און מיט די אנדערע רבנים אויפן אויבנאן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, און פאר די געהויבענע זיידעס שליט"א.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 204