🌴בצל מורינו🌴 = ווייטערדיגע באריכטן פון די נסיעה הרוממה בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א למקומות הקדושים אין אייראפע, לקראת די חתונה הגדולה פונעם ערשטן אייניקל - מיטוואך פרשת תולדות =
פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען אין שטאט אוהעל פוקד צו זיין ציון הק' פונעם ראש השושולתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און מעריב אינעם בנין הכנסת אורחים נעבן ציון הק', דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד הכנה איידערן פוקד זיין דעם ציון הק', ווי דער רב האט משמיע געווען ווארעמע ווערטער בקול בכי, דערנאך איז מען ארויף פוקד זיין דעם ציון הק', דער רב האט פארגעזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים, און מען האט געזאגט דעם תפילת השל"ה, און דער רב האט משמיע געווען עטליכע ווערטער לעורר הלבבות.
פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין מקערעסטיר, ווי מוועט איבערנעכטיגן, ביים אנקומען האט מען פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע.
🌴בצל מורינו🌴 נאך בילדער הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים פוקד זיין ציון הק' פון הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, היינט אויפדערנאכט אין שטאט מקערעסטיר. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויפן נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע לקראת די חתונה הגדולה פונעם ערשטן אייניקל, - תפילת מנחה און מעריב אין שטאט אוהעל, - ביים פוקד זיין ציון הק' פונעם ראש השושולתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע, ביים פוקד זיין ציון הק' פון הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע. ~🌴~
= ווייטערדיגע באריכטן פון די נסיעה הרוממה בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א למקומות הקדושים אין אייראפע, לקראת די חתונה הגדולה פונעם ערשטן אייניקל - מיטוואך פרשת תולדות =
היינט אינדערפרי ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט תפילת שחרית אינעם אלטן קלויז אין שטאט צאנז, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד הכנה לעלי' לציון, ווי דער רב האט משמיע געווען דברי התעוררות והכנה.
דערנאך אום 7:30 איז מען ארויף פוקד זיין דעם ציון הק', מען האט געזאגט די קאפיטלעך תהילים בהתעוררות רב אין דער רב האט פארגעזאגט קאפיטל ק"ל בקול חנק מדמעות, פאר יהי רצון האט דער רב משמיע געווען א דרשת התעוררות אויפלאקערנדיג יעדנס הארץ וואס האט זיך געפינען דארט.
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין רימנוב וואו מען האט פוקד געווען די ציונים הק' קודם פון הרה"ק רבי ר' הערשעלע מרימנוב זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט היינט אויפדערנאכט, און דערנאך ביים ציון פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע מרימנוב זי"ע.
פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין אונגארן ווי מען וועט פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם ראש השושולתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע, אויפדערנאכט וועט מען איבערנעכטיגן אין קערעסטיר, און אויף צומארגנס אום 5:00 פארטאגס וועט זיך דער רב הייבן מיט א פליגער אויפן וועג קיין ארה"ק צו מיטהאלטן דעם היסטארישן מסע הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויפן נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע לקראת די חתונה הגדולה פונעם ערשטן אייניקל, - תפילת שחרית אינעם אלטן קלויז אין שטאט צאנז, - ביים פוקד זיין ציון הק' פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע, - ביים פוקד זיין ציון הק' פונעם הייליגן רבי ר' הערשעלע מרימנוב זי"ע, און פונעם הייליגן רבי ר' מענדעלע מרימנוב זי"ע, תפילת מנחה בבנין הכנסת אורחים אין שטאט רימנוב. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 = קורצע באריכט פון די היינטיגע טאג בעת די נסיעה הרוממה בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אין אייראפע פוקד זיין די קברים צדיקים הנטמון שם לקראת החתונה הגדולה פונעם ערשטן אייניקל =
היינט דינסטאג אינדערפרי האט די שיירה בראשות דעם רב שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין קראקא, און דערנאך פוקד געווען די ציונים הק' פונעם הייליגן רמ"א זי"ע, דער הייליגער ב"ח זי"ע, און דער הייליגער תוספות יום טוב זי"ע, אינעם אלטן ביה"ח אין שטאט קראקא, און דערנאך ביים ציון הק' פונעם הייליגן מאור ושמש זי"ע אינעם נייעם ביה"ח.
פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ליזענסק, איידערן פוקד זיין דעם ציון הק' איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד הכנה לעלי' לציון, מען האט געזינגן ניגונים התעוררות ודביקת, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דער רב האט משמיע געווען דברים חוצבים בקול חנק מדמעות בגודל קדושת המקום, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, און וואס מקען זיך אלץ אויסבעטן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רב ארויף צום ציון הק' בראש כל הקהל און מתפלל געווען פאר א לענגערע צייט, און דערביי אויך געזאגט די תפלה קודם התפלה המקובל להרה"ק דער רבי ר' אלימלך זי"ע, מען האט אויך געזינגן א לענגערע צייט ניגוני התעוררות ביים ציון הק', דער רב האט פארגעזאגט קאפיטל ק"ל פסוק בפסוק בקול חוצב, נאך א לענגערע שטיק צייט האט דער רב פארלאזט דעם ציון הק' און איז אריין אין ארטיגן ביהמ"ד וואו מען האט געדאווענט תפילת מנחה.
פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין לאנצהוט פוקד צו זיין ציון הק' פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, און פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין צאנז ווי מען וועט איבערנעכטיגן, ביים אנקומען אין צאנז האט מען געדאווענט תפילת מעריב.
מארגן מיטוואך באשמורת הבוקר וועט דער רב פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע בראש כל הקהל, און דערנאך ממשיך זיין פוקד זיין די ציונים הק' אין רימנוב, און אוהעל, וכו'.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, אין שטאט לאנצהוט היינט פארנאכטס אין ראם פונעם נסיעה הרוממה לקברי צדיקים אין אייראפע לקראת די חתונה הגדולה פונעם ערשטן אייניקל. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, און דערנאך ביי תפילת מנחה אין שטאט ליזענסק היינט נאכמיטאג אין ראם פונעם נסיעה הרוממה לקברי צדיקים אין אייראפע לקראת די חתונה הגדולה פונעם ערשטן אייניקל. ~🌴~
פארגאנגענער פרייטאג איז פארגעקומען אין ישיבה לצעירים א הערליכער מעמד 'צאתכם לשלום' פארן ראש ישיבה כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לרגל דאס אפרייזן אויף א נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, און פון דארט צום מסע הקודש פון רבינו שליט"א אין ארה"ק, פוקד זיין די ציונים הק' לקראת די היסטארישע שמחת החתונה פון עלטסטן אייניקל פונעם רב, בת לחתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"צ בקהלתינו הק'.
ביים מעמד זענען די בחורים אריבער כבני מרון און איבערגעגעבן זייערע קוויטלעך און בקשות פאר'ן ראש ישיבה דער רב שליט"א, אז דער רב זאל זיי אינזין האבן ביי די מקומות הקדושים אין אייראפע און ארה"ק און פועל'ן אלעס גוטס.
דער רב האט משמיע געווען מרוגש'דיגע דברי פרידה פאר די בחורים, און ארום גערעדט איבער מנהג אביו הגדול כ"ק מרן רבינו שליט"א איבער צו לאזן א קשיא פאר די תלמידים איידערן אוועק רייזן פון ישיבה כדי די בחורים זאלן זיך מפלפל זיין בדבר הלכה, דערביי האט דער רב געזאגט א תירוץ אויף די קושיא וואס דער רבי האט געזאגט ביים סיום חצי ש"ס שע"י חבורת יסודי התורה אין קאלהארי צענטער, און געבעטן די בחורים צו טרעפן פירכות אויפן תירוץ.
נעכטן אויפדערנאכט האט דער רב זיך ארויסגעלאזט אויפן נסיעה למקומות הקדושים לקראת החתונה הגדולה, ווי דער רב וועט מתפלל זיין על קברי אבותינו ורבותינו, און סוף וואך אריבערפארן קיין ארה"ק בצל אביו הגדול, און פוקד זיין דעם ציון הקדוש פונעם תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי לקראת שמחת החתונה.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אן אינעם JFK לופטפעלד פון ווי דער רב וועט זיך הייבן ארום 6:25 מיט א פליגער אויפן וועג צום נסיעה קיין אייראפע פוקד זיין די ציונים הקדושים פון רבותיה"ק לקראת החתונה הגדולה פונעם עלטסטן אייניקל דעם קומענדיגן חודש כסליו, און דערנאך ממשיך זיין קיין ארה"ק צום מסע הקודש בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
דער רב וועט לאנדן מארגן מאנטאג אינדערפרי ארום 7:40 אין בריסל, און פון דארט ממשיך זיין די נסיעה. "כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך" ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים חתונה פון החתן בן העסקן מוה"ר יודא לייב זארגער הי"ו פארגאנגענעם זונטאג אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 דרשת פתיחת הזמן דורך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פאר די קרוב צו 700 תלמידי ישיבה קטנה פון די 6 סניפי ישיבות קטנות שע"י ממלכת התורה נעכטן זונטאג פארמיטאג. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים משמיע זיין דעם דרשת פתיחת הזמן פאר די קרוב צו 700 תלמידי ישיבה קטנה פון די 6 סניפי ישיבות קטנות שע"י ממלכת התורה, היינט פארמיטאג אין די אדיטאריום בבנין הבית רחל אין וויליאמסבורג. ~🌴~
דעם פארגאנגענעם מאנטאג פרשת וירא אום פינעף אזייגער נאכמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין סטעטן איילענד וואו עס איז סטאנציאנירט די ישיבה גדולה ויואל משה דמוסדתינו הק' בארא פארק בהנהלת הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב, וואו דער רב האט ווי יאר יערליך משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן פאר די תלמידי הישיבה, דער רב ארומגערעדט א לענגערע דרשה קרוב צו א שעה צייט, דער רב האט אנגעהויבן בשבח הישיבה וואס איז פקיע שמיה, און ממשיך געווען מיט דברי תורה, מוסר, והדרכה, וואס וועט באגלייטן די תלמידי הישיבה אויף ווייטער, נאכן דרשה זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען. ~🌴~
מטעם הנהלת ממלכת התורה ווערט געמאלדן אז דעם קומענדיגן זונטאג פרשת חיי שרה נאכמיטאג בשעה 1:45 וועלן זיך די קרוב צו 700 תלמידים פון די 6 סניפי ישיבות קטנות שע''י ממלכת התורה פארזאמלען בהיכל האודיטוריום הגדול בבנין הבית רחל אויף טעפי פלעיס, ווי מען וועט האבן די זכי' אז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועט משמיע זיין דעם דרשת פתיחת הזמן בדברי מוסר והדרכה לדעת הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
"לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר השם" ~🌴~