🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ו טבת תשפ״ו · Jan 15, 2026 · 12:28 PM
#2320
↩ Photo
🌴בצל מורינו🌴
= לקראת שבת לכו ונלכה =

בהכנה דרבה גרייטן זיך די אריבער 1500 תלמידי מתיבתא הק' אין קרית יואל צום דערהויבענעם שבת התעלות והתרוממות וועלכע ווערט יאר יערליך געפראוועט בימי השובבי"ם בהיכל המתיבתא בעת ווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע.

די בחורים האבן וועכנטליך די זכי' צו זיין מאוכלי שולחנו פונעם רבי'ן שליט"א און זענען זיך מסתופף בצל הקודש במשך גאנץ שבת קודש ביי די תפילות ושל"ס, יעצט ווען די רבי געפונט זיך אויף אפרוה קומט בנו בכורו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ''ק מרן רבינו שליט"א פראווענען דעם דערהויבענעם שבת.

וואס ווי באקאנט איז ביים רב גאר גרויס די קדושת השבת ווי עס דערקענט זיך יעדן ליל שב"ק ביים באטע אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס, ובפרט ווען עס קומט אויס במשך'ן יאר צו פראווענען א שבת נאכדערצו מיט בחורים וואו די רב קאכט אריין אין ניגוני שבת ואמירת ד"ת.

דער שב"ק וועט זיך אנהייבן מיטן ווארעמען תפילת מנחה ערב שבת דורכן רב שליט"א בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל, דערנאך וועלן די בחורים אריבערגיין צום בנין המתיבתא סניף ויואל משה - וואו עס קומט פאר וועכנטליך די שלחן הטהור דורכן רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט די בחורים - וואו עס וועט פארקומען די סעודת ליל שב"ק בראשות דעם רב שליט"א נאכפאלגנדיג מיטן דערהויבענעם באטע ביי וועלכע עס קומען יערליך פילצאליגע תושבי ק"י מכל רחבי העיר צו מיטהאלטן די זמירות וד"ת.

שב"ק אינדערפרי וועט דער רב אריינקומען צו תפילת שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל וואו דער רב וועט יורד זיין צו תפילת שחרית און בענטשן ר"ח.

דער קלימאקס פונעם שבת וועט זיין די דערהויבענעם של"ס ביי וועלכע עס קומען זיך צוזאם א ריזן ציבור מכל רחבי העיר צו מיטהאלטן די לעכטיגע שעות בתוספות שבת מיט זמירות וניגוני התעוררות אינאיינעם מיט די דברי תורה וואס איז רייך משולב מיט דברי מוסר והתעוררות לימי השובבי"ם, און וועט געשלאסן ווערן נאך מעריב ווען דער רב וועט מאכן הבדלה פאר די בחורים.
די בחורים קוקן שוין ארויס לענגערע וואכן צום געהויבענעם שבת קודש, און שטייענדיג יעצט ציילט מען שוין די שעות צום שבת וואו מען וועט זיך אנווארעמען מיט קדושת השבת פאר'ן גאנצן לאנגן ווינטער און מיטנעמען הויפענעס חיזוק הדרכה והתעוררות פאר א לענגערע צייט.

= שבת קודש נפשי חולת אהבתך =

~🌴~
👁 148