🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת וארא =
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
אין די שפעטע פארמיטאג שעה'ן איז דער רב ארויסגעפארן קיין בארא פארק וואו עס איז פארגעקומען א מעמד התחלת לימוד גמרא פאר די צענדליגע תלמידי כתה ד' פון מוסדותינו הק' אין בארא פארק,
במשכ'ן מעמד האט מען געזינגען עטליכע ניגוני תורה און נאך,
דער רב האט משמיע געווען טרעפליכע דיבורים לכבוד המעמד און ארויסגעברענגט דאס חשיבות און גרויסקייט פון לערנען תורה שבעל פה, און ווי הייליג די לימוד איז און וואס עס מיינט פאר א יונגל אין די יארן, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די מלמדים און אלע קינדער,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע תלמידים און באזונדער פאר'ן מנהל און די מלמדים, און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וומ"ס.
נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 127