🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ז טבת תשפ״ו · Jan 16, 2026 · 1:23 PM
#2327
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת וארא =

אינדערפרי ארום 9:45 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף כ"ג ע"ב - כ"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00,
נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר שלמה חיים און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.

דערנאך איז דער רב ארויף אויף א ניחום אבלים אין שטוב פון משפחת שטראהלי היושבים שבעה ע"פ אמם האה"ח אלמנת הרה"ח ר' זאב שטראהלי ע"ה, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס מיט הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 36'סטע סטריט אין בארא פארק און מיט די בני המשפחה, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים.

דערנאך איז דער רב ארויסגעפארן קיין מאנסי וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת התנאים פון די מחותנים, גיסו הרה"ג מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס, און הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א - אב"ד סעמיהאי ור"מ בישיבת באבוב, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון ת"ת פאפא אין מאנסי,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן די חתן און די מחותנים ובני משפחה, און דערנאך צוריק אהיים לביתו אין וומ"ס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 121