🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ו׳ טבת תשפ״ו · Dec 26, 2025 · 11:00 AM
#2292
נעכטן דאנערשטאג פרשת ויגש אין די צופרי שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בהיכל ישיבה קטנה סניף דרך התורה און געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים וואו דער רב לייגט אריין געוואלדיגע כוחות אין די בחורים אנצוווארעמען די בחורים אלץ הכנה צו שבת קודש מיט דברי תורה וחסידות און ווארעמע ניגונים.

צום ערשט האט דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, און אלע בחורים דארפן זיך צוגרייטן פון פאראויס א דבר תורה נישט וויסנדיג פון פאראויס וועם דער רב וועט מכבד זיין.

דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן, און דערנאך משמיע געווען דברי תורה ווי דער רב האט אנגעהויבן מיט פלפולי דאורייתא בפרשת השבוע וסוגיות הש"ס, און דערנאך מאריך געווען בעניני קדושת שב"ק.

צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אין זיינע ווערטער דברי הדרכה בעניני כיבוד אב ואם, וויפיל עלטערן קוקן ארויס צו זען די נחת פון זייערע קינדער און וויאזוי א בחור דארף זיך אויפפירן ווען מ'גייט אהיים אויף שבת וכל המסתעף, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שבת פאר א לענגערע צייט.

נאכ'ן באטע איז דער רב ארומגעגאנגען אינעם בנין הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף די פרישע בוי ארבעט אינעם בנין אהערצושטעלן אלע איינריכטונגען בתכלית היופי, און אוועקשטעלן דעם בנין כלול בהדרו, און דערנאך די ישיבה.
👁 275
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ה׳ טבת תשפ״ו · Dec 25, 2025 · 11:39 AM
#2291
0:06 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת החתונה פון נכדת הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו מאנסי שליט"א, הכלה בת לבנו הרב יצחק יואל שליט"א, פארגאנגענעם דינסטאג אויפדערנאכט אין די זאל פון אימפעריאל.
~🌴~
👁 270
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ה כסלו תשפ״ו · Dec 15, 2025 · 11:45 PM
#2265
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ רבי מתתי' דייטש שליט"א - גאב"ד שכונת רמת שלמה בירושלים עיה''ק אויף א באזוך ביי הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגאנגענעם דינסטאג וישב בביתו אין וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 213
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י׳ כסלו תשפ״ו · Nov 30, 2025 · 10:56 PM
#2260
🌴בצל מורינו🌴
גאר ווארעמע דברי התעוררות איז געהערט געווארן נעכטן בעת רעוא דרעוין בביהמ"ד הגדול וומ"ס דורך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א כהכנה דרבה לקראת די חתונה הגדולה  פון נכדתו הבכירה הכלה בת לחתנו כבנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', דור רביעי הראשונה של מר אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם געהויבענעם זמן בעת החופה וואו עס קומען אראפ די אבות הקדושים משמי מעל און זיי באטייליגן זיך ביים שמחה מיטצוהאלטן ווי זייערע אייניקלעך ציען ווייטער דעם גאלדענעם קייט, און דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוקי הפרשה אויף דעם בחינה.

דער רב האט דערמאנט די שמחה ביים זיידן ז"ל דער ברך משה בעת וואס די אם הכלה איז געבוירן געווארן און וואס ער האט דאן געזאגט אז ער וויל קומען צום חתונה און זיך קויפן א נייע שטריימל, און אויסגעפירט אז מען האפט אז יעצט ווען די אור אייניקל מאכט חתונה א קינד וועט ער אראפקומען מעולם העליון זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז די חופה איז א זמן ווען אלע משתתפים וואס באטייליגן זיך קענען זיך אויסבעטן סיי ברוחניות און אויך בגשמיות, און אזוי אויך האט דער רב ארומגערעדט איבער די עטליכע מנהגים וואס מען פלעגט זיך פירן במשך די שבעת ימי המשתה בדורות הקודמים.

דער רב האט ארומגערעדט איבער די גאר שטארקע שמחה וואס שפירט זיך ביים ציבור וועלכע זענען חסידים פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און פרייען זיך מיט זיין שמחה אז ער איז זוכה חתונה צו מאכן א דור רביעי קע"ה, און געבעטן דעם פארזאמעלטן אז אפילו ס'איז נישט פאסיג זיך אויסצודרוקן דאס ווארט לאדענען, וועט אבער זיין אן אויסטערלישע שמחה ווען דער זעלבער ציבור וואס איז מרבה לתפילה און פילט מיט בעת צר וועט זיך קומען משתתף זיין בעת השמחה און זיך וואונטשן מזל טוב.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז די שמחה זאל משפיע זיין פאר די גאנצע קהילה און יעדער זאל זוכה זיין צו אלע השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות אין זכות פון די זיידעס וואס קומען אראפ, און דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.

"קה זכות אבות יגן עלינו"
~🌴~
👁 357
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ז׳ כסלו תשפ״ו · Nov 27, 2025 · 8:06 AM
#2257
🌴בצל מורינו🌴
= ישמח לב מבקשי ה' =

אין די יעצטיגע טעג ווען חסידי סאטמאר גרייטן זיך מיט א שמחה עילאה צום גרויסארטיגן היסטאָרישן חתונה הגדולה פונעם ערשטן אור אייניקל ביי הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ערשטע אייניקל ביי הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, קוקן די טויזענטער חסידי סאטמאר אלוועלטליך ארויס מיט עקסטאז צום ארויסקום פונעם הערליכן ספר "אמירה נעימה", א צוויי בענדער'דיגן ספר וועלכע איז אן אוצר בלום בכמות ובאיכות, ערהאלטנדיג אין זיך אריבער הונדערט זעלטן רייכע דרשות ושיחות פונעם דערהויבענעם זיידע הגה"צ דער רב שליט"א.

די דרשות זענען געזאָגט געווארן רונדע דעם פארגאנגענעם שנת תשפ"ג לפ"ק, און עס נעמט אריין אין זיך צענדליגער דרשות אין די היכלי הישיבות דמוסדותינו הק' בכל קצוי תבל און אין די היכלי הכוללים ובתי מדרשים דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר.

די ספר איז פול מיט דברי תורה מתובל און צוזאמגעפלאכטן מיט דברי מוסר והדרכה אין יעדע נושא אין יהדות, און צו די זייט די הערליכע דברי חיזוק והדרכה וואס דער רב שליט"א האט געזאגט אויפטרעטנדיג ביי גרעסערע מעמדים איבער דעם גארער וועלט מחזק צו זיין און מדריך צו זיין אנשי שלומינו וכל אשר בשם ישראל יכונה ע"ד הסלולה לנו מדור דור.

דער ספר וועט פארקויפט ווערן ביי אט דעם היסטארישן שמחת בית סאטמאר, צונויפפלעכטנדיג איר היסטארישקייט מיט אט דעם ספר וועלכע ווערט שוין אזוי לאנג נאכגעפאלגט און ארויסגעקוקט צוליב איר רייכקייט און פולע תוכן, זייענדיג א ספר פון אריבער 100 שמועסן וועלכע דעקט בשלימות צענדליגער נושאים בחיי יהדות, אריינגערעכנט תורה, תפילה, עבודת המדות, דרכי עבודת ה', שב"ק, זמני ומועדי השנה, און באזונדער א רייכע אפטיילונג פון יסודות אין השקפה וואס דער רב שליט"א האט משמיע געווען וויילנדיג אין ארה"ק במשך חודש תמוז דשנת תשפ"ג, דאס איז חוץ די רייך-געפלאכטענע דברי אגדה ודרוש ע"ד רבותה"ק זי"ע.

אין צוגאב געפונט זיך ביים סוף פונעם ספר אן הערליכן מפתח וועלכע נעמט אריין אין זיך עטליכע חלקים למען ימצא בו הקורא את את שאהבה נפשו, צווישן אנדערע א מסודר'דיגע 'מפתח מקורות' און אזוי אויך א רייכע 'מפתח ענינים' וואו אלע נושאים זענען שיין צוטיילט און מסודר כפי הענינים, ועוד.

דער ספר וועט באזונדער אויסגעטיילט ווערן אין די וואכן נאכפאלגנדיג די ימי השמחה פאר די אלע אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע האבן זיך משתתף געווען מיט "מעות קדימה" אין די פארגאנגענע חדשים.

קחו ברכה אל תוך בתיכם!
~🌴~
👁 285
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ו׳ כסלו תשפ״ו · Nov 26, 2025 · 8:02 PM
#2254
🌴בצל מורינו🌴
דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מסיבת הוקרה פאר די נדיבי ותומכי בנין הגדול דקהלתינו ומוסדותינו בירושלים, פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג אין אולם ויאמר יצחק אין ירושלים בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 239
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ו׳ כסלו תשפ״ו · Nov 26, 2025 · 3:26 PM
#2250
🌴בצל מורינו🌴

נעכטן דינסטאג האט דער רב ווי טאג טעגליך געדאווענט תפילת שחרית בהיכל ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלץ ראש ישיבה,
פארן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אלי' שפיצער הי"ו - ק"י,
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פונעם רב נאכן זיך אהיימקערן פונעם דערהויבענעם נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע און אין ארה"ק,
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

דערנאך זענען אריין צום רב א חלק תלמידי הישיבה איבערצוגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רב האט איבערגעלאזט איידערן אפרייזן צום נסיעה,
דער רב האט זיך מפלפל געווען מיט די בחורים אין די סוגיא פאר א לענגערע צייט, און אויסגעדריקט קורת רוחו פאר די צענדליגער תירוצים וואס דער רב האט ערהאלטן פון די בחורים,
שפעטער האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה און דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים בדברי הכנה לקראת החתונה הגדולה במעונו, די חתונה פון רב'ס ערשטן אייניקל, ערשטן אור אייניקל פון אביו הגדול הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

דער רב האט צום ערשט ארויסגעברענגט די זכיה וואס מען האט אז מען דערלעבט אזא שמחה, און די געוואלדיגע שמחה וואס מען האט אז די טאטע זז"ג האלט מיט די שמחה,
דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט מיט התרגשות די געפילן וואס מען האט נאכן מיטהאלטן אזא דערהויבענעם שבת באתרא קדישא מירון, און ארויסגעברענגט אז ביים מעמד ההדלקה איז געווען די שמחה אין לשער צו זעהן ווי טויזענטער אידן פרייען זיך מיט ערליכע ניגונים און מען טאנצט ריקודין של מצוה,

די זעלבע זאך ווען מען מאכט חתונה א קינד, אויב גרייט מען זיך מיט א חסיד'ישע בליק מען גרייט זיך מיט לימוד התורה ותיקון המעשים אויף אזא אופן איז די גאנצע שמחה א שמחה של מצוה,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די הייליגקייט פון די מעמד החופה און וואספארע עת רצון עס איז בעת וואס די אבות הק' קומען אראפ, אבער כדי צו נהנה זיין פון די השפעות וואס זיי ברענגן אראפ דארף זיין א ריכטיגע הכנה,
דער טאטע זז"ג האט אויפגעפאדערט אין זיין ישיבה אין ק"י ושמעו הולך בכל המדינות אז מיט'ן לערנען שעות רציפות דעס איז די ריכטיגע הכנה פאר אזא שמחה און ווען די עלטערן וועלן אראפקומען צום חופה וועט מען זיך קענען גרויסהאלטן מיט אונזער דור,
דערנאך האט דער רב אויפגעפאדערט פון די בחורים אז מען זאל נישט מאכן קיין פאלשע פראפעגאנדע, און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די יעצטיגע נסיעה אין ארה"ק ווי מען האט נישט געמאכט קיין פראפעגאנדע, און דער האט געבעטן אז נאר תורה ועבודה דאס זאלן זיין די הכנות און אי"ה די בחורים וואס וועלן זיך אנשטרענגן מיט מערערע שעות וועט מען אי"ה דערמאנען זייער נעמען ביים חופה,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז די זכות אבות זאל מגין זיין און עס זאל שוין בקרוב זיין דעם עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול אומרים הודו לה' צבקות, ווען דער טאטע זז"ג וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
~🌴~
👁 292
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ה׳ כסלו תשפ״ו · Nov 25, 2025 · 9:23 PM
#2249
🌴בצל מורינו🌴

דברי הכנה דורך כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א היינט נאכמיטאג בהיכל ישיבה לצעירים לקראת החתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל ביי הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און עלטסטער אייניקל ביי כבוד הגה"צ דער רב שליט"א וואס קומט פאר קומענדיגע ליל שישי פרשת וישלח אין גרינהאז קאמפלעקס,

דער רב האט ארומגערעדט לענגערע דברי הכנה וויאזוי מגרייט זיך צו אזא שמחה, און בין הדברים ארומגערעדט לענגערע דברי התרגשות פון די געהויבענע שבת מירון בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 231