= רעוא דרעוין =
ארום 7:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו - ק"י,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל גראס הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד הורוויץ הי"ו,
שלשי: הרה"ח ר' אברהם בער שפיטצער הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' יואל יצחק ראזענבערג הי"ו.
נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' הירצקא ווייסמאן הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ראה קראתי בשם בצלאל' און אזוי אויפ'ן פסוק 'החודש הזה לכם ראש חדשים' אין פרשת החודש וואס מ'האט געליינט שב"ק, און דער רב האט געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקים און אין די מדרשים.
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון געבן א נאמען פאר א קינד און ווי ס'שטייט אין ספרים אז א טאטע באקומט רוח הקודש בשעת'ן געבן א נאמען, און ארויסגעברענגט אז דורכדעם האט די טאטע פון בצלאל געגעבן דעם נאמען בצלאל וואס ווייזט אויף דעם וואס ער וועט זאגן פאר משה רבינו אז מ'דארף קודם מאכן א משכן און הערשט נאכדעם אריינברענגען די כלים און משה רבינו וועט אים פרעגן בצל אל היית.
דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די י"ג עיקרים פונעם רמב"ם, די דרייצן אני מאמין, און ארויסגעברענגט אז די אני מאמין'ס זענען געבויעט אויף דריי חלקים בעיקר, מציאות השם, אמונה אין שכר ועונש, און אמונה אין תורה מן השמים,
דער רב האט נאכגעזאגט פונעם בני יששכר אז פסח, מצה, און מרור ווייזן אויף די דריי ענינים, און דער רב האט צוגעלייגט אז שבת קודש ווייזט אויך אויף די דריי זאכן, און מיט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט די פסוקים ויקהל משה את כל עדת וגו', ששת ימים תעשה מלאכה וגו'.
דער רב האט נאכגעזאגט אז די דריי זאכן וואס מען זאגט ראש השנה מלכיות, זכרונות, און שופרות, ווייזן אויך אויף די דריי ענינים וואס מען האט פריער דערמאנט וואס מען זאגט אין אני מאמין, און מיט דעם האט דער רב געטייטשט 'החודש הזה לכם', דאס איז חודש ניסן וואס האט די דריי זאכן, 'ראש חדשים', איז אזויווי ראש השנה וואס האט אויך די דריי זאכן,
און דער רב האט אויסגעפירט מיט שטארקע דברי הדרכה והשקפה אז מען זאל און מען דארף זיך גרייטן צום געהויבענעם יום טוב פסח מיט אמונה אינעם אויבערשטן און אין אלע י"ג עיקרים, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שלום פייפער הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
מען האט געדאווענט תפילת מעריב,
נאכן דאווענען איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
~🌴~

👁 104