אין די פריע פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול, ארום 6:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהילות יוסף וואו דער רב האט אויפגענומען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ.
אום 8:00 האט דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט פארקויפט די חמץ פאר'ן גוי.
ארום 11:00 איז דער רב ארויס צו ווייט קארנער ראסס וואו דער רב האט מקיים געווען מצות שריפת חמץ, דער רב האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן די צען ברעקלעך און די לולב, דער רב האט געווארט ביז עס ווערט פארברענט כהלכה, דערנאך האט דער רב געזאגט די יה''ר מיט כל חמירא מיט השתפכות הנפש.
נאך חצות ארום 1:15 איז דער רב אנגעקומען אינעם בית האופה דקהלתינו הק' מלובש בבגדי שבת צו באקן מצות כנהוג, צום ערשט האט זיך דער רב אומגעקוקט אויפ'ן גאנצן סדר האפי' און זיכער געמאכט אז אלעס גייט אן תמידין כסדרן בהידור רב אזויווי די חומרות והידורים וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט אראפגעשטעלט, דערנאך האט דער רב בטירחא דגופא אליינס אנגעהויבן מיט די מלאכת האפי', דער רב האט אריינגעגאסן די וואסער אין די מעל און געקנעטן די מצות, אא"ו, דערנאך איז דער רב אריין אינעם חדר וואו מען וועלגערט די מצות, דער רב האט געוועלגערט פאר א לאנגע צייט, און דערנאך אבזערווירט פון דער נאנט ווי די ארבעטערס וועלגערן די מצות ווען במשך די גאנצע צייט זאגט דער רב פאר הלל מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רב גענומען חלה און געקליבן די מצות, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רב ארויסגעפארן קיין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט במשך די ימים הראשונים פון יו"ט פסח בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
אין די פריע פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול, ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהילות יוסף וואו דער רב האט אויפגענומען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ.
ארום 10:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו ביז ארום 12:00.
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב באטייליגט ביים לוי' פון הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש ע"ה.
שפעטער ארום 6:00 איז דער רב אנגעקומען אין היכל תהילות יוסף בבית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ ביז ארום 7:00.
= ליל בדיקת חמץ =
ארום 7:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע זענען געווען פארזאמעלט לקראת דעם גרויסן מעמד שאיבת מים שלנו בראשות דעם רב שליט"א.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דעם מעמד שאיבת מים שלנו במקהלות אלפי אנשי שלומינו זקנים ונערים, עס זענען געווען אנוועזנד די רבני ודייני קהילתינו הק' פון איבער דעם גאנצן שטאט וועלכע האבן באשיינט אויפ'ן אויבנאן, אינאיינעם מיט די עלטערע אידן חברי אהבת קדומים און בעלי בתים ואברכים וועלכע האבן אנגעפילט דעם גאנצן חלל הביהמ"ד מן הקצה אל הקצה, באזונדער זענען געווען פארענטשעס וואו עס זענען געשטאנען הונדערטער בחורי חמד און א ספעציעלן חלק פאר די ילדי תשב"ר, דער רב איז ארויף אויפ'ן בימת הכבוד און מען האט אנגעהויבן מיט ניגוני התעוררות וניגוני הכנה וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד המעמד, דער רב האט אנגעהויבן מיט די קשיא וואס אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א שטעלט זיך יעדעס יאר, פארוואס עס הייסט מים שלנו, א לשון וואס מען קען זיך טועה זיין אז עס טייטשט 'אונז', און עס מבאר געווען במשכ'ן דרשה.
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בגודל מעלת וקדושת מצות אכילת מצה, וואס עס טוט אלץ אויף אויף א איד און די שטארקע השפעה וואס עס האט, נאכזאגנדיג דערביי צווישן אנדערע אן אוהב ישראל אז מצוה האט אלע כוחות פון חלק ח'ם ל'ח ק'ר און דאס איז מקדש אלע איברים פון א מענטש און ס'מאכט גרינגער צו דינען דעם אויבערשטן, די קרירות קילט אפ די תאוות, די חמימות געבט אריין א ווארעמקייט צו טון א מצוה, און אזוי ווייטער.
אינמיטן די פייערדיגע ווערטער האט דער רב אויסגעשריגן מנהמת לבו; אשרינו מה טוב חלקינו אז מען איז זוכה צו אזעלכע הייליגע מצוות, דורכדעם קען מען מגרש זיין און מבער זיין דעם יצר הרע פונעם הארץ, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
מען האט געזינגען נאך עטליכע ניגוני הכנה און דערנאך האט דער רב געשעפט וואסער פונעם קראן און אנגעפילט עטליכע קריגלעך מיט וואסער פאר מים שלנו בשעת דער ציבור זינגט ווארעמע ניגוני התעוררות, דערנאך האט דער רב מכבד געווען הרבנים הגאונים רבני ודייני קהילתינו הק' שליט"א צו שעפן מים שלנו, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין באש להבת שלהבת פאר לענגערע מינוטן און ס'האט נאכגעפאלגט מיט פייערליכע טענץ פונעם גאנצן ציבור, מ'האט געענדיגט תיכף נאכ'ן זמן רבינו תם.
ארום 8:40 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד ברוב עם, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט בודק חמץ געווען.
ארום 10:45 אויפדערנאכט איז דער רב צוריק אנגעקומען אין היכל תהילות יוסף בבית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ ביז ארום 12:30.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מסיבת מלוה מלכה לרגל די בעפארשטייענדע יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע נעכטן אויפדערנאכט בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומ"ס. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 =מוצש"ק פרשת שמיני 12:25= הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הייבט יעצט אן משמיע זיין דברי תורה וסיפורים במשנתו פון זקינו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
מ'קען מיטהאלטן אויפן הוקאפ צוגעשטעלט דורך קול סאטמאר 351-888-7117 ~🌴~
אין די פריע פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול, ארום 6:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהילות יוסף וואו דער רב האט אויפגענומען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ ביז ארום 10:15.
ארום 10:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
ארום 7:40 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
ארום 8:00 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהילות יוסף בבית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ.
ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו ביז ארום 10:30.
אין די פריע פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול, ארום 7:30 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהילות יוסף וואו דער רב האט אויפגענומען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ ביז ארום 10:00.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף מ"ו ע"א - מ"ז ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בביהמ"ד הגדול.
ארום 8:00 פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען אין היכל תהילות יוסף בבית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ.
ארום 9:05 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו ביז ארום 10:30.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר חיים יודא ווייס הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר ישראל שיפף הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר דוד לוי קויפמאן הי"ו צוגעשטעלט דורך די זיידע הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו אין די זאלן פון פארק מענאר.
דינסטאג אום 10:00 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.
מיטוואך אום 10:00 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון לומינענס וואו עס איז פארגעקומען א מעמד סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין אין ראם פון חבורת 'לבאי באורייתא' שע"י תלמידי ישיבה לצעירים יוצאי ישיבה קטנה סניף נזר התורה, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בחורים המסיימים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי חיזוק פאר די חשוב'ע בחורים און שטארק מחזק געווען די בחורים צו גיין ווייטער ביתר שאת ויתר עוז צו לערנען און אנקומען נאך און נאך מסכתות הש"ס אין די פריוואטע צייטן, און מ'זאל זיך נישט לאזן פאלן נאר עס אנהאלטן מיט א שטארקייט און מ'וועט בעזר ה' אנקומען גאר ווייט, און דער רב האט פארענדיגט מיט ברכות לרוב, נאכ'ן דרשה האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די מסיימים פאר א לענגערע צייט, און דערנאך פארלאזט דעם זאל.
אויפדערנאכט ארום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
דאנערשטאג אום 10:15 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
אויפדערנאכט ארום 9:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר אברהם יעקב בביהמ"ד הגדול.
ארום 10:00 האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים יד ימינו מוה"ר פנחס פריעדמאן הי"ו און מוה"ר יואל בר"ב אפפעל הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית מוה"ר נתן דוב שפיטצער הי"ו, דער רב האט באשיינט דעם שמחה פאר א לענגערע צייט און דער רב האט געליינט תנאים, און דערנאך אהיימגעפארן לביתו אין וומ"ס.
פרייטאג אום 10:00 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול. שבת קודש פרשת צו, שבת הגדול, האט זיך דער רב באטייליגט ביי די תפילות אין טישן בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שבת בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס, ביים עריכת שלחן הטהור ליל שבת קודש האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ דער רב שליט"א מיט ברכת המזון על הכוס, שבת צופרי ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
מוצאי שבת קודש האט דער רב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון בית מדרשינו הגדול.
שפעטער איז דער רב ארויף אויף א ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' מרדכי דוב לאקס ע"ה.