🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ח׳ ניסן תשפ״ו · Mar 26, 2026 · 12:03 PM
#2774
= רעוא דרעוין =

ארום 7:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' הלל שפיטצער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אשר נשיא יחטא לאשמת העם' וואס רש"י זאגט אשרי הדור וכו', און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.

דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוקים אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש און באזונדער בדרך מוסר וחסידות,
אויף איינער פון די וועגן האט דער רב נאכגעזאגט אז דער אויבערשטער שטעלט צוזאם די מחשבה פון א צדיק וואס וויל טון א מצוה אבער ער האט נישט די מעגליכקייט צוזאמען מיט די מעשה פון א פשוט'ע מענטש וועלכע טוט די מצוה אבער אן די ריכטיגע מחשבה, און ארויסגעברענגט אז אויף דעם ברענגט דער נשיא א כפרה ווייל ער האט געטון א מצוה אן מחשבה.

אויף אן אנדערן מהלך האט דער רב אויסגעטייטשט אז דער נשיא ברענגט א קרבן אויף דעם וואס ער האט נישט געמאכט דעם ריכטיגן הכנה צו א מצוה, און מיט דעם פארענטפערט פארוואס דער נשיא ברענגט א קרבן אויף א מצות עשה וואס ער האט נישט געטון ווען געווענליך ברענגט מען נאר א קרבן כפרה אויף א לא תעשה וואס מ'האט ליידער יא געטון, און דערביי האט דער רב מאריך געווען בגודל מעלת ונחיצות הכנה למצוה.

דערנאך איז דער רב אריבער צום ענין פון זיך גרייטן אויף דעם געהויבענעם יום טוב פסח הבעל"ט, און מאריך געווען אין דעם נושא פאר א לאנגע צייט,
דער רב האט דערציילט א מעשה פון אפטא רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט אין די טעג אז אמאל האט ער געוואלט מאכן קידוש לבנה אבער ס'איז געווען פארוואלקענט און ס'האט נישט אויסגעזען אז ס'גייט זיין א לבנה אין די קומענדיגע שעות, און דער אפטא רב האט אנגעהויבן צו מאכן די ברכה פון קידוש לבנה און תיכף ומיד האבן זיך די וואלקענעס פלוצלינג צושפרייט און די לבנה איז ארויסגעקומען, און דער אפטא רב האט אויסגעפירט אז אזוי גייט אויסזען ווען משיח וועט קומען, ס'וועט זיין פלוצלינג און ער וועט קומען אפי' מען וועט גארנישט זען פון פאראויס,
דערביי האט זיך דער רב צופייערט און מיט אן אש קודש ארומגערעדט בדברי חיזוק והכנה לביאת המשיח זאגנדיג צווישן אנדערע, ס'גייט קומען א צייט וואס מיר גייען מקריב זיין קרבן פסח! ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים! משיח גייט קומען פלוצלינג!

און דער רב האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל טאקע קענען אויספירן אלע מצוות כראוי וכהוגן און מ'זאל נאך קענען מקריב זיין דעם קרבן פסח היי יאר בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו.

ידיד נפש: הרה"ח ר' גימפל וויינגארטן הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב,
נאכן דאווענען איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
~🌴~
👁 116