🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ז סיוון תשפ״ו · Jun 1, 2026 · 5:26 PM
#2995
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת בהעלותך =

אינדערפרי ארום 10:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד.

ביים אנקומען האט דער רב זיך אומגעקוקט אויף די טישלעך פאר'ן דרייוו צו פילטערן עי איי אלס א הצלה פורתא אויף די שעדליכע פראבלעם וואס רבינו שליט"א האט משמיע געווען פארגאנגענע דאנערשטאג בהיכל המתיבתא אין קרית יואל און דערביי געהערט א באריכט פון די עסקנים אויפן פלאץ און געוואונטשן הצלחה.

דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ס"ד ע"א - ס"ו ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00,
און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק.

ביים אנקומען אין בארא פארק האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד מאניסטריטשא,
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים קבלת פנים פון החתן בן מוה"ר הערשל שפיטץ הי"ו עב"ג הכלה בת הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון הייטנער,
דערנאך איז דער רב צוריקגעפארן קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וומ"ס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו,
ביים חופה פון החתן בן הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שמחה האלפערט הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מענדל בערקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים יודא גאלדשטיין הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
און ביים חופה פון החתן בן הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף דברי חיים ק"י עב"ג הכלה בת הר"ר יואל שטערן שליט"א אין די זאל פון כתר ריזל,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 9:50 איז דער רב אנגעקומען אין ק"י,
צום ערשט איז דער רב צוגעפארן לבנין הישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין ק"י,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל בר"מ בראך הי"ו אין די זאל פון עטרת פז,
ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' יואל זוסמאן מערץ שליט"א בן האדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל וחתן האדמו"ר מספינקא ק"י זצ"ל,
עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א - ר"מ בישיבה"ק בן הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה זצ"ל חתן האדמו"ר מבורשטין שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון בית רחל פאראדייס,
דער רב האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן גאנצן אויבנאן,
און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו אין די זאלן פון גני קליין.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי זיך צו באטייליגן ביים חתונה פון החתן בן גיסו הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק' וומ"ס, בן כ"ק גאב"ד קהלתינו הק' ב"פ שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד ווייטצען שליט"א,
עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א - אב"ד סעמיהאי מאנסי בן הגה"צ ר' משה ירחמיאל שליט"א - אב"ד סעמיהאי וחתן הגה"צ ר' אהרן ווייס שליט"א,
דער רב האט מיטגעהאלטן די חתונה ביז נאך מצוה טאנץ און דערנאך אהיימגעפארן קיין וומ"ס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 150