= רעוא דרעוין =
ארום 8:35 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען: מוה"ר יואל טירנויער הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
שלישי: הרה"ג ר' שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהילתינו הק',
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר מענדל פריעדמאן הי"ו.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א,
שיר המעלות: מוה"ר מרדכי פערלמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ואיש את קדשיו לו יהיו' און געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקי הפרשה און עס אויסגעטייטשט אױף עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ענין פון הכנה למצוה וואס איז כידוע פון ספרים הקדושים גרעסער ווי די מצוה אליינס, און נאכגעזאגט דעם ישמח משה אז אויף הכנה צו א מצוה איז יא דא שכר אויף דער וועלט, און מיט דעם געטייטשט 'לו יהיו' אז די שכר פון הכנה למצוה איז אפי' בהאי עלמא, און דער רב האט ממשיך געווען ארומצורעדן איבער די גרויסקייט פון זיך צוגרייטן צו א מצוה ווי עס דארף צו זיין,
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט פון העלפן א צווייטן טון א מצוה און די גרויסקייט דערפון און עס אויסגעטייטשט אין פסוק.
דערנאך האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער די שטורעמישע תקופה וואס כלל ישראל גייט אצינד אדורך מיט די ביטערע נסיונות אין אלע הינזיכטן, און געזאגט אז קומענדיגן דינסטאג שלח וועט מען זיך צוזאמנעמען אינאיינעם אין די זאל פון עידן פעלעס צו אן אסיפה להצלת הדורות און יעדע איינציגסטע סאטמארער איד זאל זיך באטייליגן און אינאיינעם וועט מען דארט אוועקשטעלן א חומה בצורה למען קיום הדורות טראץ די בייזוויליגע ווינטן מבית ומבחוץ,
דער רב האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה וואס אלפי אנ"ש גייען האבן אז דער טאטע זאל זיין געזונט וועט קומען זיך באטייליגן ביים היסטארישן אסיפה, וישא מדברותיו הקדושים די חובת השעה לנו ולבנינו,
און דער רב שליט"א האט אויסגעפירט אז קיינער זאל נישט מיינען אז די אסיפה איז פאררופן פאר א צווייטן, "מיר ווארטן אויף יעדעם איינעם! יעדער איינער מאנשי שלומינו איז פאררופן צו דעם אסיפה!", און צוגעלייגט אז אפי' די עלטערע אידן וואס האבן שוין קיין יונגע קינדער דארפן זיך אויך באטייליגן און קומען מיטהאלטן ווייל דאס איז א עתיד פאר אונזערע דורות און פאר'ן כלל, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: מוה"ר יצחק וויינגארטן הי"ו,
קל מסתתר: מוה"ר משה אליעזר רובינשטיין הי"ו,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
מען האט געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א,
און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:05, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= מוצאי שבת קודש =
ארום 12:10 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת השבע ברכות דורך די מתפללי הביהמ"ד פאר הכלה בת הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, בן לבנו הרה"ג ר' שלום אונגער שליט"א חתן האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א.
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' חיים אהרן שליט"א און פאר די חתן און מחותנים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בעניני שמחת חתן וכל און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין ריקודין עקסטער מיטן חתן, מיט הרה"ג ר' חיים אהרן שליט"א, און באזונדער אין א מחול לצדיקים מיטן חתן, מחותנים און די אנוועזנדע רבנים הרה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, הרה"צ ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 130