🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:31 PM
#17
= מאנטאג פרשת בהעלותך =

ארום 5:00 פארטאגס האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אום 7:00 אויפ'ן וועג קיין קאליפארניע,
פאר'ן זיך הייבן האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית,
די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אינעם סאן פראנסיסקא לופטפעלד אין קאליפארניע ארום 10:15 ארטיגע זייגער, 1:15 ניו יארק'ע זייגער,
פון דארט איז דער רב צוגעפארן צום ווייץ פעלד אין וואדלענד קאליפארניע במקום שאין גשמים מצויין.

נאך וואס איינס פון די פינעף פעלדער וואס מ'האט געפלאנצט אין יומא אריזאנע האט נישט מצליח געווען דאס יאר ארויסצוגעבן די ווייץ הונדערט פראצענט לויט די מהודר'דיגע סטאנדארטן מיט די פילע חומרות והידורים וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט איינגעפירט און מען האט איבערגעלאזט אפילו די ווייץ פון יענעם פעלד וואס מ'האט שוין געהאט געשניטן צוליב א שאלה וואס איז כשר לויט אלע פוסקים אבער רבינו שליט"א האט נישט מוותר געווען פארלאנגענדיג אז מ'זאל נישט נוצן די ווייץ לחומרא יתירה,
האט מען איינגעזעהן אז מ'וועט נישט קענען נאכקומען דעם ברייטן פארלאנג פונעם ציבור פאר די מצות מהודרים, וויבאלד לויט ווי ס'ווערט געשאצט איז דער סכום וואס די איבריגע פעלדער האבן ארויסגעגעבן, ווייט פון גענוג אויפ'ן קומענדיגן יאר, און כדי צוצושטעלן גענוג מצות פאר אלע חברי קהילתינו הק' און אזוי אויך פאר די אידן פון אנדערע קהילות וועלכע זענען מהדר נאר צו נעמען פון די מהודר'דיגע מצות, פעלט זיך אויס פיל מער ווייץ,
ממילא, איז מען ע"פ הוראת קדשו פון רבינו שליט"א אראפגעפארן צו די קאליפארניע פעלדער וואו מ'האט בס"ד געטראפן גאר מהודר'דיגע ווייץ.

כדי צו פארזיכערן אז אלעס איז אויסגעהאלטן הלכה'דיג על צד היותר טוב און מיט אלע חומרות והידורים וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט, האט דער רב אונטערגענומען דעם נסיעה בשליחות הקודש פון אביו הגדול מרן רבינו שליט"א עומד צו זיין בראש און שטיין על המשמר אז אלעס זאל געטוהן ווערן כראוי וכהוגן.

מיט'ן רב זענען מיטגעפארן די דיינים המכשירים הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י, און אזוי אויך די ממונים מטעם בית האופה מו"ה יואל שלמה זאלדאן הי"ו - ק"י, און מו"ה ברוך יודא שפיטצער הי"ו.
👁 26