🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ תמוז תשפ״ד · Jul 8, 2024 · 1:31 PM
#20
= מיטוואך פרשת בהעלותך =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין בית מדרשינו הגדול אויף הופפער סטריט,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף י"ט ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 8:55 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק', דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק.

ארום 10:30 איז דער רב אנגעקומען צום בית אסתר זאל אין בארא פארק וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת השבע ברכות פון החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן לגיסו הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א רב דביהמ"ד אהל פיגא קרית יואל - צוגעשטעלט דורך קהילת דושינסקיא לכבוד דעם געהויבענעם זיידע כ"ק אדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א,
נאך וואס דער רב האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביים שמחת החתונה וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מאנטאג צוליב וואס דער רב איז בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אראפגעפארן קיין וואדלענד קאליפארניע צום ווייץ שניט לקראת חג הפסח שנת תשפ"ה הבעל"ט,
ביים אנקומען האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס,
הר"ר יצחק ברוך ברוין הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, און דערנאך האבן די מנגנים געזינגען עטליכע ניגוני אהבת התורה,
דער חתן האט געמאכט א סיום אויף גאנץ ש"ס און געזאגט דעם הדרן, און דערנאך האט דושינסקיא רבי געזאגט דעם קדיש,
מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אויף ניגוני שמחת התורה, דער חתן איז געטאנצן מיט דושינסקיא רבי, מיט אביו הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט'ן חתן, דערנאך מיט'ן אבי החתן און מיט'ן זיידן דושינסקיא רבי, און דערנאך מיט די גאנצע אויבן אן,
דערנאך האט דער רב ווארעם אנגעוואונטשן דעם זיידן דושינסקיא רבי און זיך געזעגנט לשלום,
ארום 11:10 האט דער רב פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ביים אנקומען אין קרית יואל האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת החתונה פון החתן בן הרב ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ביקעל הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, דערנאך מיט'ן אבי החתן הרב אברהם יוסף, און דערנאך מיט אלע מחותנים און זיידעס,
דער רב האט פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין קרית יואל.

א גוטע נאכט.
👁 22