דעם פארגאנגענעם שב"ק פרשת שופטים האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעראכטן דעם שבת מיט די תלמידי הישיבה כמידי שבוע בשבוע אין די זוממער וואכן אויף א געהויבענע פארנעם.
בעת די סעודת ליל שב"ק האט דער רב ארומגערעדט א לענגערע שמועס איבער די נושא וואס פלאגט דעם היינטיגן דור פון אזויפיל חולי הנפש בתוך מחנינו, און איבער דעם וואס בחורים קענען צומאל אומווילנדיג אפשפעטן פון אזעלכע וואס גייען נעמען די נויטיגע הילף, דארף מען זיין זייער פארזיכטיג בכבוד חביריו ובפרט אין די ענינים.
נאכן בענטשן האט דער רב א לענגערע צייט פון איבער א האלבע שעה דערציילט סיפורים ועובדות פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מיטוואך ו' אלול, צווישן אנדערע האט דער רב דערציילט איבער די גרויסע עבודה פונעם הייליגער ייטב לב זי"ע און בפרט וואס ער האט געפירט א ישיבה און מעמד געווען תלמידים הגונים.
שב"ק נאכמיטאג ביים וועכנטליכן שיעור בהלכה האט דער רב ארומגערעדט בדברי שבח וחיזוק וואס א גרויס חלק תלמידי הישיבה האבן זיך פארגענומען נישט צו רעדן ביים דאווענען, אזוי אויך האט דער רב ארויסגעהויבן דאס וואס דער רב האט געזעהן פארן דאווענען ביים אריינקומען אין ביהמ"ד וואו צענדליגער בחורים זענען געזיצן און געלערנט בהתמדה גדולה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
היינט פרייטאג פרשת שופטים - בדר"ח אלול אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתעוררות רב, און נאך ברכו נפשי האט מען געזאגט לדוד ה' אורי וישעי, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי, דער רב האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען קיין מחנה רב טוב - נתן צבי שע''י כתה מכינה לישיבה קטנה, דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה און איז אנטפאנגען געווארן מיט פרייליכע ניגונים דורך די תלמידים, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און אלע תלמידים, מ'האט געזינגען ניגוני ימים נוראים פאר א לענגערע צייט, דער רב האט משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט בדברי הכנה צו די הייליגע טעג הממשמשים ובאים, און שטארק אויפגעפאדערט איבער די עבודה פון א בחור אין די יעצטיגע טעג, זיך זעהן צו אויפהייבן אין אלע ג' עמודי עולם, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
פון דארט איז דער רב צוריקגעפארן קיין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב וועט וויילן ווי יעדע וואך אויף שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נעכטן דאנערשטאג פרשת שופטים פארנאכטס ארום 8:45 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א צום וועכענטליכע שבת אחים.
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני ימים נוראים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה והכנה לימי הרחמים והסליחות, דערביי האט דער רב ארומגערעדט מיט גרויס התרגשות פונעם באזוך אין די אויטיסוויל טורמע נאכ'ן באזוך וואס דער רב האט אפגעשטאט פארגאנגענעם מיטוואך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו - וומ"ס און מוה"ר משה שמואל ברוך שטיין הי"ו אין די זאלן בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט.
פארגאנגענעם מיטוואך שופטים אין די נאכמיטאג שעות האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום 'אוטיסוויל טורמע' אין אפסטעיט וואו דער רב האט אפגעשטאט א ביקור חיזוק פאר אחב"י יושבי חושך וצלמות און דערביי גענוצט די געלעגנהייט צו שתדל'ן ביי די אינסטאנצן צו פראבירן פארגרינגערן זייער לאגע וויפיל עס איז שייך.
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די ארטיגע הויכראנגיגע באאמטע, ווי אויך מיט די טשאפלעין וועלכע גיבט זיך אפ מיט די אידישקייט אנגעלעגנהייטן אינעם טורמע, און דער רב האט ארומגערעדט מיט זיי זיכער צו מאכן צו פארגרינגערן די לאגע פאר די אידן אין תפיסה.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים אינעם ארטיגע ביהמ"ד ווי אריבער א מנין אידן וואס זענען ליידער יושבי חושך וצלמות האבן ענטפאנגען דער רב מיט גרויס שמחה, דער רב האט משמיע געווען א דרשה מיט שטארקע דברי חיזוק פאר די יושבי חשך, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה ויו"כ קטן אינאיינעם מיט די יושבי חושך וצלמות און פארגעדאווענט מיט א שטארקע התעוררות ובכי בפרט ביי אמירת ווידוי דרבינו נסים ווי דער רב האט מאריך געווען בבכיות.
דערנאך האבן די ארטיגע יושבי חושך געהאט די געלעגנהייט פריוואט אריבערצוגיין זיך דורכרעדן מיטן רב וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם טורמע אויפן וועג אהיים לביתו אין ק"י. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 פארגאנגענעם זונטאג פרשת שופטים יומדה"ל פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז פארגעקומען צוויי באזונדערע מעמדי התמנות דיינים בבית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אין קרית יואל וואו מען האט אויפגענומען הרה"ג ר' אלחנן חיים הורוויץ שליט"א, בן הגה"צ ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד קדושת יו"ט דקהילתינו הק' ב"פ, וחתן הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל - דומ"ץ קרית ויואל משה מאנטיסעלא און באזונדער הרה"ג ר' יצחק יאזשעף שליט"א, בן הרה"ח ר' יו"ט הי"ו וחתן הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו צו דינען אלץ מו"ץ בקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג.
ביי די מעמדים זענען אנוועזענד געווען די חברי הנהלת בית הוראה הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' טובי' שעהנפעלד הי"ו און נאך עטליכע ראשי והנהלת הקהילה.
די נייע דיינים האבן אויפגעטראטן מיט א דרשה לכבוד המאורע, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן דיין שליט"א ובני משפחתם, און דער רב האט משמיע געווען דברי הדרכה און סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים זיך אומקוקן אויפן סדר הלימוד איידערן סיום מסכת שבת - תלמוד ירושלמי שע''י חבורת תורתך שעשועי,פארגעקומען פארגאנגענעם זונטאג נאכמיטאג אין די זאלן פון עטרת ווערטהיימער אין די המספיק רעזארט אין די קעטסקילס. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן פארגאנגענעם זונטאג נאכמיטאג אין 'ביהמ''ד זכרון יחיאל מיכל' אין קרית ויואל משה מאנטיסעלא, לע"נ הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל - דומ"ץ הקריה. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 נאך בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים כתיבת האותיות פארגאנגענעם מוצ"ש פארן ספר תורה וואס ווערט געשריבן לע"נ הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל - דומ"ץ ביהמ"ד וקרית ויואל משה אין מאנטיסעלא. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים כתיבת האותיות נעכטן מוצ"ש פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן לע"נ הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל - דומ"ץ ביהמ"ד וקרית ויואל משה, און ווערט אריינגעגעבן היינט זונטאג ראה אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא. ~🌴~
ארום 9:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' משולם מרגליות שליט"א.
דערנאך האט דער רב געזאגט מגילת איכה וקינות לליל תשעה באב בבכי ומספד, איכה און די קינות האט פארגעזאגט הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו , מען האט געענדיגט ארום 10:35, און דער רב איז אהיים לביתו.
= דאנערשטאג ואתחנן - יום תשעה באב =
ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי - מפטיר, און דערנאך געזאגט די ברכות ההפטורה און פארגעזאגט די הפטורה בבכיות רב.
נאכן ליינען האט דער רב געזאגט די קינות ליום תשעה באב, די קינות האט פארגעזאגט הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו, נאך די קינות האט דער רב געזאגט אשרי ובא לציון און עלינו, מען האט געענדיגט אום 12:50, און דער רב איז אהיים לביתו.
ארום 6:30 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול, דער רב האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד און געזאגט די ד' פרשיות, און משלים געווען דעם שיר של יום און קוה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי - מפטיר, נאך מנחה האט דער רב געלייגט תפילין דרבינו תם, מען האט געענדיגט ארום 7:25.
ארום 9:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב, נאך מעריב איז דער רב אהיים לביתו.
שפעטער ארום 10:15 האט דער רב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד. "ויהי רצון שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה" ~🌴~
יעדן אינדערפרי ארום 9:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, און נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן רבינו תם בהיכל הישיבה.
זונטאג אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין מחנה ישיבה לצעירים.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא, ארום 1:00 איז דער רב אנגעקומען אין חדר בית מרדכי בביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ע"ט ע"א - פ"א ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 2:45.
נאכמיטאג איז דער רב ארויסגעפארן קיין מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה - לאקשעלדריק, וואו דער רב האט משמיע געווען דברי הכנה להימים נוראים ימי הרחמים והסליחות הממשמשים ובאים, דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן.
אום 8:45 איז דער רב אנגעקומען אין מחנה ישיבה קטנה סניף נזר התורה, צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, פארן דאווענען האט דער רב געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, וואו דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט סיפורי צדיקים און הנהגות טובות ממשנתו פונעם בעל ההילולא זי"ע, דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן.
דערנאך איז דער רב ארויסגעפארן קיין וואדרידזש וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מנחם יוסף קרויס הי"ו - וומ"ס און מוה"ר מתתיהו בראך הי"ו - וומ"ס אין א זאל אין די געגנט.
דערנאך איז דער רב געפארן קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה שמואל שטיין הי"ו - וומ"ס און מוה"ר אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו - וומ"ס אין די זאלן פון קרן ויואל משה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו בשכינות ישיבה קטנה סניף דרך התורה.
מאנטאג אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען בהיכל מבצר הכוללים אין קרית יואל אינאיינעם מיט בנו הגדול הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די הונדערטער נבחנים ביים בחינה אינעם צווייטן מחזור ש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי, דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די נבחנים פאר א לענגערע צייט, און זיך דערנאך געזעצט מאכן די בחינה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר יצחק אייזיק שווארץ שליט"א און הר"ר אפרים פישל לאנדא הי"ו אין די זאלן שע"י בית רבינו אויף איהעל קט.
מיטוואך אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה.
שפעטער מיטוואך נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין מחנה ישיבה קטנה סניף היכל התורה, צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים ארומרעדנדיג איבער די טעג ווי משטייט יעצט, און וואס מדארף זיך פארבעסערן, דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן.
פון דארט איז דער רב אריבער צו מחנה ישיבה קטנה סניף חכמת התורה וואו דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים בדברים הצריכין חיזוק, דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן, און דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
פרייטאג אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א.
נאכמיטאג איז דער רב ארויסגעפארן קיין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב וועט פראווענען דעם שבת אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
יעדן אינדערפרי ארום 9:00 האט דער הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, און נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הישיבה.
מיטוואך אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א, פארן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הב' בן מוה"ר חיים שלמה קרויס הי"ו און פאר הב' בן מוה"ר נטע רעטעק הי"ו - ב"פ, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים און די וועכנטליכע שבת אחים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הכנה לשבת קודש.
דאנערשטאג נאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א.
נאכמיטאג איז דער רב ארויסגעפארן קיין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב וועט פראווענען דעם שבת אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
יעדן אינדערפרי ארום 9:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, און נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן רבינו תם בהיכל הישיבה.
דאנערשטאג יום שבעה עשר בתמוז נאך מנחה אין ישיבת דרך התורה האט אויפגעטרעטן בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט מיט א דרשה בעניני דיומא.
פרייטאג נאכמיטאג איז דער רב ארויסגעפארן קיין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב פראוועט דעם שבת אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
🌴בצל מורינו🌴 אין די יעצטיגע זוממער וואכן געפונט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אין די וואכנטעג בביתו בשכינות פון ישיבה קטנה סניף דרך התורה אין קרית יואל המורחבת, משכ'ן וואך דאווענט דער רב די תפילות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
אויף שבת קודש וויילט דער רב אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב רעכט אפ דעם שבת אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, יעדן דאנערשטאג נאכט קומט פאר א ספעציעלע שיעור הכנה לשבת קודש דורכ'ן רב שליט"א פאר די תלמידי הישיבה.