🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ד אלול תשפ״ו · Sep 6, 2026 · 10:42 PM
#3254
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת האזינו א' - א' סליחות =

אום 5:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות ברוב עם מעוטף מיטן טלית פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, געברענגט דורך הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות,
מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רב ארויף בבית הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת די צדקה צוועק וואס טיילט אויס שטאפיר פאר חתנים וואס קומען פון ארה"ק,
דער רב האט משמיע געווען דברי ברכה איבער די גרויסקייט פון אזא חשובע צדקה צוועק און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

ארום 8:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר דוד ווייס הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' חיים פארגעס אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק',
ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל הרב נפתלי שפירא שליט"א בן האדמו"ר מבלאזוב שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר,
און דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון נכדת כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט''א, החתן בהר"ר שמואל קליין שליט"א בן הגה"צ דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' חיים מאיר גרינוואלד שליט"א - אבד"ק טעטש ב"פ, חתן כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט"א און די אנדערע רבנים אויפן אויבנאן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און חשובע זיידעס שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די אויבנאן.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט זיך אויפהאלטן איבערנאכט.

מארגן מאנטאג באשמורת הבוקר וועט דער רב אריינקומען צו אמירת סליחות ברוב עם בהיכל ישיבה קטנה סניף דרך התורה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה אום 5:45.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 148