🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ד אלול תשפ״ו · Sep 6, 2026 · 10:42 PM
#3253
= רעוא דרעוין = 

ארום 7:50 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, 
צום עמוד איז צוגעגאנגען: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: 
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם וואלף קויפמאן הי"ו, 
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, 
כהן: הרה"ח ר' יעקב יושע סאנדער הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
שלישי: מוה"ר יושע הערש פריינד הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' דוד יודא פארגעס הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, 
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, 
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, 
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב זלמן האללענדער הי"ו, 
שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו - לאנדאן. 

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און אויסגעטייטשט עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות,
דער רב האט ממשיך געווען בדברי התעוררות לקראס ימי הרחמים והסליחות איבער די ענינים פון תשובה,
דער רב האט צווישן אנדערע געזאגט אז די שטן פרובירט יעדע חודש אלול צו פארדרייען די מוחות און מדארף זעהן צו האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ און בייקומען דעם שטן,
דער רב האט אויך ארומגערעדט איבערן באזוך אין וואשינגטאן דעם וואך דורך רבינו שליט"א און נאך עטליכע גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבות שליט"א וואו דער רב איז אויך אנוועזנד געווען,
דער רב האט געזאגט מדארף דורכדעם זיך געבן א כאפ לפני מי אתה עומד און אונז האמיר די זכי' צו בעטן פונעם מלך מלכי המלכים אלעס וואס ליגט אויפן הארץ, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב עס זאל זיין תכלה שנה בקללותיה ותחל שנה וברכתיה בב"א.

ידיד נפש: הר"ר אתמר טוביה קויפמאן שליט"א - ק"י, 
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, 
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'. 
דער רב האט געזאגט די שבע ברכות פאר החתן ב"ר אברהם וואלף קויפמאן הי"ו און פאר החתן ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו.

צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, 
מען האט געענדיגט ארום 8:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
~🌴~
👁 143