🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ה׳ תשרי תשפ״ה · Oct 7, 2024 · 8:18 AM
#345
ארום 12:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד מעוטף אינעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רב איז ארויף אויפ'ן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה",
דער רב האט בקול בכי מעורר געווען אלע מתפללים צו תשובה ותיקון המעשים,

דער רב האט מעורר געווען די זכות פונעם נסיון פון עקידת יצחק, און ארויסגעברענגט אז די עיקר נסיון איז געווען אז די גאנצע וועלט האט געלאכט פון אברהם אבינו ווען ער איז אהיימגעקומען פונעם עקידה נאך וואס שרה אמינו איז נפטר געווארן באותו הזמן,

דער רב האט מאריך געווען בבכיות עצומות איבער די צרות ישראל, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט וויפיל לבבות נשברות ס'איז ליידער דא ביי כלל ישראל זאגנדיג בזה הלשון: "עס איז מיר אויסגעקומען א טאג פאר ערב יום טוב צו גיין באזוכן א קרוב מיינער אין שפיטאל, די ווענט אין שפיטאל ממש וויינען דארט, מען טרעפט אידן, און זיי זאגן ווען דו דאווענסט ראש השנה, האב מיר אינזין, איך וויל שוין אהיימגיין צו מיין משפחה, צו מיינע קינדער", וגעו כל העם בבכיה ווען דער רב האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די וויי געשריי איבער די מצב פון אידישע קינדער פון אלע שיכטן און קרייזן,

דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור, אז מ'זאל זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה, ס'זאל שוין מער נישט זיין קיין צרות ביי כלל ישראל, און מ'זאל שוין זוכה זיין צום ריכטיגן ישועתן ושמחתן של ישראל בביאת גואל צדק בב"א.

דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' און הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דער רב האט געמאכט די ברכות תקיעת שופר באש להבת שלהבת מיט א קאך און א ברען, און דאן געבלאזן די תקיעות דמיושב,
בעל מקריא איז געווען חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ קרית ויואל משה דקהילתינו הק',
בעל מקריא איז געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש',
דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט בקול חוצב להבות אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות וואו דער רב האט מאריך געווען בבכיות רב,
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו,
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' בנציון איצקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:00, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 20