🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״א תשרי תשפ״ה · Oct 13, 2024 · 5:04 PM
#373
אום 6:55 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו כל נדרי,
דער רב איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "כל נדרי דרשה" וואס האט אויפגעשאקעלט יעדן נפש וואס האט זיך דארט געפונען, ווערנדיג נתעורר פון די גאר ווארעמע ווערטער פונעם רב,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'כי ביום הזה יכפר לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה' תטהרו', דער רב האט ארויסגעברענגט אז אלע עבירות וואס אידן טוען איז נאר ווייל זיי האבן א יצר הרע, ווייל אידן ווילן באמת זיין גוט און זיך אויפפירן ערליך,
צווישן אנדערע האט דער רב נאכגעזאגט די גמ' אז מ'האט געפרעגט איינער פון די תנאים וואו דער אויבערשטער טובל'ט זיך, ס'קען נישט זיין אז אין וואסער ווייל די וואסער פון די גאנצע וועלט איז דאך נישט גענוג פאר'ן אויבערשטן, האט דער תנא געענטפערט אז די טרערן וואס קומט ארויס פון אידישע קינדער זענען רוחניות'דיגע טרערן און דאס ווערט אזויווי פייער, און דער אויבערשטער טובל'ט זיך אין דעם פייער,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז 'השוכן אתם בתוך טומאותם', דער אויבערשטער גייט מיט צוזאמען מיט א איד אפילו ווען ער טוט ח"ו אן עבירה, און וועגן דעם דארף זיך דער אויבערשטער טובל'ען ווייל ער איז געווארן טמא פון די עבירות וואס מ'האט געטוהן צוזאמען מיט אים,
דער רב האט ארומגערעדט איבער צרות ישראל און דערביי אויסגעשריגן בקול נהי ובכי נישט איבערלאזנדיג קיין טרוקן אויג אין ביהמ"ד בזה הלשון: "מורי ורבותי! דא שטייט פאר ענק א טאטע פון א קינד, קינדער דארפן האבן א מאמע! כ'בעהט ענק זייטס מתפלל פאר מיר אויך!
אונז געדענק מיר נאך ווי דער רבי ז"ל פלעגט בעטן מ'זאל מתפלל זיין פאר אים, בעט איך יעצט אויך רייסט איין פאר מיר",
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב נאכזאגנדיג דערביי די משנה אין מס' שבת 'שלשה דברים צריך אדם לומר ערב שבת עם חשכה, עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר', און די גמ' זאגט אויף דעם 'וצריך למימרינהו בניחותא', האט דער רב אויסגעטייטשט אז די דריי זאגן גייען ארויף אויף בני חיי ומזוני, עשרתם איז מלשון עושר, ערבתם מיינט אז ס'זאל זיין זיס, דאס מיינט אז מ'זאל זיין געזונט, און הדליקו את הנר איז מרמז אויף בני אזויווי ס'שטייט אין פסוק 'נר השם נשמת אדם', האט דער רב אויסגעפירט מיט א קול געשטיקט פון טרערן, מיר שטייען יעצט ערב שבת עם חשכה, בעהט מען דעם אויבערשטן וואס איז שומר משמרתו של תורה, זאל זאגן די דריי זאכן, און ער זאל עס זאגן בניחותא, מ'זאל שוין געהאלפן ווערן מיט אלע השפעות טובות.

לעת כניסת היום אום 7:25 האט דער רב געזאגט ווידוי אינאיינעם מיט'ן ציבור כמנהג רבותינו הקדושים זי"ע מיט בכיות עצומות,
דערנאך איז הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו נתכבד געווארן ארויסצונעמען דעם ספר תורה און עס איבערגעבן פאר'ן רב,
מיט'ן ספר תורה אין די הענט האט דער רב ממשיך געווען די דרשה און בבכיות עצומות געוויינט צו די תורה אז ער זאל ממליץ טוב זיין אויף כלל ישראל,
דער רב האט צום ערשט ארויסגעברענגט אז ס'איז האמת גרויסע בושות אז מ'דארף איבערבעטן דעם ספר תורה, מ'האט ליידער נישט אזוי גוט געלערנט, און נישט געפאלגט אלעס וואס די תורה הייסט,
אבער דערנאך האט דער רב גערעדט צום ספר תורה און ארויסגעברענגט אז סוף כל סוף, מ'האלט שוין שנת תשפ"ה, און אזויפיל אידן לערנען, ס'איז דא טויזנטער כולל יונגעלייט, די כח התורה היינט צוטאג איז מורא'דיג גרויס, אן אונז האסטו נישט גארנישט, קיינער קוקט דיך נישט נאר אונז אידן, ממילא נעם דיר אן פאר אונז,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל אויס'פועל'ן אלעס גוטס, און ווערן אנגעשריבן צו א גוט געבענטשט יאר, א שנת גאולה וישועה.

נאך די דרשה האט דער רב פארגעזאגט די פסוקים 'אור זרוע' און 'פלגי מים' איין מאל, און ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד מיט'ן ספר תורה וואו דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג,
במשכ'ן ארומגיין אין ביהמ"ד האט דער רב געזאגט די פסוקים נאך זעקס מאל.

ביים צוריקקומען צום עמוד האט זיך דער רב אראפגעזעצט און געזאגט די שטיקל זוהר 'קם רבי שמעון',
דער רב האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן "כל נדרי" וואס האט געדויערט א לענגערע צייט פארזאגנדיג די געהויבענע תפילה באש להבת שלהבת אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור מיט א קאך און א ברען אויפוועקנדיג יעדעס אידיש הארץ לתשובה ולתיקון המעשים,
די ספרי תורה האבן געהאלטן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י ומח"ס שו"ת וישב יוסף.

מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א, הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק, הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
👁 24