🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ג׳ ניסן תשפ״ה · Apr 1, 2025 · 3:21 PM
#1118
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ויקרא - ראש חודש ניסן =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק', וואו דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית והלל אום 8:30 אין חדר יצחק בבנין הביהמ"ד.

ארום 12:00 האט דער רב פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ז ע"ב - י"ט ע"ב.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יעקב הילל ליכטנשטיין הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק שווארץ הי"ו - פטרון חבורת תורתך שעשועי, אין די זאל פון קאנטינענטאל,
און ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"ב ווייס הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

נאך די חופות האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב הילל ליכטנשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק שווארץ הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ווייס הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שמעון דוד אלי' שאלאמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברא"מ כ"ץ הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 126