🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ד׳ ניסן תשפ״ה · Apr 2, 2025 · 3:13 PM
#1138
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת ויקרא =

ארום 6:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין ק"י, וואו דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די טויזענטער מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דער רב איז ארומגעגאנגן נאך געלט בטירחא דגופא פאר קרוב צו זיבן שעה, ביז ארום 1:00,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר יוסף אליהו,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

שפעטער נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר ישראל יעקב הירש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יודא מיטטעלמאן הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מרדכי ארי' שפיטצער הי"ו און מוה"ר יואל בר"ה כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, וואו דער רב האט געליינט תנאים.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים בר מצוה לבן הרב יהודה יודקובסקי שליט"א בן האדמו"ר מסטוטשין שליט"א וחתן הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהילתינו הק' לאנדאן,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וומ"ס האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל משה רייז הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר ישעי' זילבערשטיין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און דערנאך ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ל פאלקאוויטש הי"ו אין ת"ת וויזניץ.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 181