🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 1:31 PM
#1417
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' זאב פעלדמאן שליט"א - רב דקהל עץ חיים, דעם פארגאנגענעם ערב שבת אין לאנדאן.
~🌴~
👁 108
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 12:42 PM
#1416
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג בה"ב 5:42 נאכמיטאג אין לאנדאן 12:42 פארמיטאג אין ניו יארק =

די פליגער פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הייבט זיך אין די יעצטיגע מינוטן פונעם היטראו לופטפעלד אין לאנדאן אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד אין ניו יארק, נאכ'ן געהויבענעם באזוך אין שטאט לאנדאן,
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדן ארום 7:40 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער.

= כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך =
~🌴~
👁 112
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 9:15 AM
#1415
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג בה"ב 2:15 נאכמיטאג אין לאנדאן 9:15 אינדערפרי אין ניו יארק =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארלאזט יעצט בית האכסניא אין לאנדאן אויפן וועג צום לאנדאן היטראו לופטפעלד,
די פליגער פונעם רב איז ערווארטעט זיך צו הייבן ארום 5:00 ארטיגע זייגער אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק.

= כי בשמחה תצאו =
~🌴~
👁 114
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 6:27 AM
#1413
🌴 בצל מורינו 🌴
הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו - מראה"ק מאנטשעסטער בבית האכסניא ערב שבת אין לאנדאן, ווי ער האט איבערגעגעבן א באריכט פון קהילתינו ומוסדותינו הק' במאנטשעסטער.
~🌴~
👁 112
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 6:26 AM
#1412
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת אמור - יום ל"ג בעומר - בקרב קהילתינו הק' לאנדאן =

ארום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הישיבה קטנה צו תפילת שחרית,
דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, און געזאגט ברכות,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, דער רב האט געלייגט רבינו תם'ס תפילין, און דערנאך זענען אלע בחורים אריבער שלום נעמען.

ארום 10:45 איז דער רב אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' זאב פעלדמאן שליט"א - רב דקהל עץ חיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע לענגערע שמועס בהלכה, און נאך פילע ענינים פאר איבער א האלבע שעה, און מ'האט זיך געזעגנט לשלום.

ארום 11:15 איז דער רב צוריק אנגעקומען אין ישיבה קטנה צום סעודה לכבוד היום,
דער רב האט זיך געוואשן און אויפגעריסן די חלה כנהוג אום ערב שבת,
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, און דערנאך האט הגה"צ אב"ד ור"מ קהילתינו לאנדאן שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד היום, און דערביי באדאנקט דעם רב שליט"א פאר'ן זיך מטריח זיין בטירחא דגברא רבא צו קומען פראווענען ל"ג בעומר און שבת בקרב הקהילה.

מ'האט געזינגען די זמירות ל"ג בעומר, און דערנאך אויפגעגעבן די איבריגע מאכלי הסעודה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה מיט פילע הדרכות ישרות און עניני השקפה וואס זענען נוגע פאר בחורי חמד,
און ארומגערעדט בעניני הילולת התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, זיין גרויסן כח אין אלע הינזיכטן, און וואס מען דארף זיך אפלערנען און מקבל זיין, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רב פארטיילט געבענטשטע מטבעות פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בשליחות הקודש פאר די בחורים וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע,
מ'האט גענדיגט ארום 12:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 12:40 איז דער רב אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בנין התלמוד תורה דמוסדותינו הק' און געפראוועט א מעמד הדלקה לכבוד ל"ג בעומר אינאיינעם מיט די ילדי תשב"ר,
דער רב איז ארויס אינעם חצר הת"ת וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די ילדי תשב"ר,
צום ערשט האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, און דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז ל"ג בעומר ווייזט אויף דעם פייער וואס ברענט ביי יעדן איד אין הארץ, און ארומגערעדט בגודל קדושת היום אין וואס מ'קען זיך אלעס אויסבעטן,
דער רב האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די קינדער און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות, און בשעת מעשה האט דער רב צוגעטרעטן צום מדורה און געגאסן אויל און דערנאך אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי,
דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין אינאיינעם מיט די מלמדים און ילדי תשב"ר וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, מ'האט געזינגען די זמירות ל"ג בעומר און נאך ניגוני שמחה,
מ'האט געענדיגט ארום 1:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הת"ת אויפ'ן וועג לבית האכסניא.

ארום 6:45 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אויף א באזוך ביי מחותנו הרה"ג ר' חיים יודא לייבוש באב"ד שליט''א - ראש ישיבת תורת חסד,
עס איז זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און מ'האט זיך געוואונטשן לרגל דעם שמחה,
אויפ'ן וועג ארויס האט דער רב אנגעוואונטשן פאר די יולדת, און דער רב איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 7:20 איז אריבערגעקומען בבית האכסניא הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מראה"ק דקהילתינו הק' אין מאנטשעסטער וועלכע איז געקומען אויף שבת קיין לאנדאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס אין די קהילה אין מאנטשעסטער, און ר' חיים יוסף האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט פאר'ן רב איבער די שריפה וואס האט אויסגעבראכן פארגאנגענעם ווינטער בבית מדרשינו הגדול אין מאנטשעסטער און די פראיעקט צוריקצושטעלן דעם ביהמ"ד על מכונו, און די פלענער איבער דעם היכל התורה לב אהרן וואס מען גרייט זיך צו באנייען בקרוב, און אזוי אויך די ווייטערדיגע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה,
און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 107
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 4:51 AM
#1402
🌴 בצל מורינו 🌴
נאך בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי שלו"ס נאכן פראווענען א דערהויבענע שבת בקרב קהלתינו הק' אין לאנדאן.
~🌴~
👁 106
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 3:55 AM
#1401
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג בה"ב 8:55 אינדערפרי אין לאנדאן =
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אריין בבית מדרשינו הגדול אין לאנדאן צו תפילת שחרית.

~🌴~
👁 110
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 1:29 AM
#1397
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג.
~🌴~
👁 115
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 1:25 AM
#1393
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א - דומ"ץ וראה"כ דקהילתינו לאנדאן
פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג.
~🌴~
👁 110
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 1:22 AM
#1387
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויף א באזוך ביי הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו לאנדאן שליט"א פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג אין לאנדאן.
~🌴~
👁 112
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 12:37 AM
#1381
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי תפילת מעריב און דערנאך די ציבור ביים אריבערגיין זאגן גוטע וואך, נאכן פראווענען א דערהויבענע שבת בקרב קהלתינו הק' אין לאנדאן.
~🌴~
👁 114
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ח אייר תשפ״ה · May 16, 2025 · 3:51 PM
#1372
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת אמור ח"ב - ליל ל"ג בעומר - בקרב קהילתינו הק' לאנדאן =


ארום 9:00 אויפדערנאכט איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה אינאיינעם מיט א ריזן ציבור תושבי העיר און אנשי שלומינו פון די ארומיגע שטעט וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם מעמד ההדלקה בראשות דעם רב שליט"א,
פארן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף ליכט,
נאכ'ן דאווענען האט הגה"צ אב"ד ור"מ לאנדאן שליט"א אויפגעטרעטן און מיט פאסיגע דיבורים מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול הגה"צ דער רב שליט"א וועלכע איז נעתר געווארן לבקשתם און געקומען פראווענען ל"ג בעומר און דעם נאכפאלגענדן שבת קודש לרגל די שמחת הקידושא רבא להולדת נכדתו למז"ט, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום געהויבענעם מעמד ההדלקה.

דערנאך האט מען פארקויפט די זכותים נשגבים פונעם הדלקה,
די זכות ההדלקה איז געווארן אפגעקויפט דורך הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק לכבוד דעם רב שליט"א,
דעם זכות פונעם ערשטן פך שמן איז געווארן אפגעקויפט דורך הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו לכבוד הגה"צ אב"ד ור"מ לאנדאן שליט"א.

אום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור, פאר מעריב האט דער רב געצינדן פינעף אויל ליכט כנהוג,
דערנאך האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז מען ארויס צום שטח ההדלקה בחצר הביהמ"ד און דער רב האט משמיע געווען פייערדיגע דיבורים לכבוד היום,
דער רב האט אויסגעטיישט די ווערטער אינעם פיוט ידיד נפש 'ירוץ עבדך כמו איל ישתחוה און אל מול הדרך, הדור נאה זיו העולם נפשי חולת אהבתך', און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז דאס גייט ארויף אויפ'ן תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואס ער האט אריינגעברענגט אין אידישע קינדער דעם נקודה פון זיך הייבן צום אויבערשטן און אויסגיין פאר'ן אויבערשטן, און מ'בעהט דעם תנא רשב"י יעצט אין זיין יומא דהילולא אז ער זאל טאקע נאנט מאכן אידישע קינדער לאביהם שבשמים,
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם גרויסן טאג אין וואס מ'שטייט, און וויפיל מ'קען זיך אלץ אויסבעטן און אויס'פועל'ן בזכות התנא האלוקי, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט בשעת דער רב איז מוריד נחלי דמעות, דערנאך איז דער רב צוגעגאנגען צום מדורה און געגאסן אויל אויפ'ן מדורה בשעת דער ציבור איז ממשיך מיט ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער רב מכבד געווען צו גיסן צווישן אנדערע הגה"צ אב"ד ור"מ לאנדאן שליט"א און הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א - דומ"ץ וראה"כ דקהילתינו הק',
דערנאך האט הרה"ח אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהילתינו הק' איבערגעגעבן פאר'ן רב דעם פאקל מיט וואס דער רב האט אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערנאך האט דער רב מכבד געווען צו צינדן הגה"צ אב"ד ור"מ לאנדאן שליט"א,
און עס האט תיכף נאכגעפאלגט מיט ריקודי קודש בעוז ותעצומות,
דער רב איז געטאנצן פאר לענגערע מינוטן אויפ'ן אויבנאן ברשפי אש קודש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און געהויבן דעם ציבור זקנים עם נערים ווען דער גאנצער ציבור טאנצט לקראתו זיך פרייענדיג בהאי יומא דקא גרים בהילולא דבר יוחאי,
דערנאך האט מען געזינגען די פיוטי ל"ג בעומר, בר יוחאי, ואמרתם כה לחי, אמר רבי עקיבא, און ממשיך געווען צו טאנצן אויף ניגוני שמחה פאר א לענגערע צייט.

מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם שטח הדלקה אויפ'ן וועג לבית האכסניא.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 126
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ח אייר תשפ״ה · May 16, 2025 · 3:31 PM
#1363
0:16 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:08 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:20 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:19 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:19 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:49 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו 🌴
ערשטע בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד הדלקה מיט די תלמידי התלמוד תורה אין לאנדאן היינט פארמיטאג.
     ~🌴~
👁 125
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ח אייר תשפ״ה · May 16, 2025 · 3:26 PM
#1345
1:12 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:41 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:38 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
1:47 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
2:27 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:37 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
1:26 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:34 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:15 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
👁 330
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ח אייר תשפ״ה · May 16, 2025 · 1:46 PM
#1343
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אן אויף א באזוך ביי מחותנו הגה''צ ר' חיים יודא לייבוש באב''ד שליט''א - ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן.

~🌴~
👁 125