🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ח אייר תשפ״ה · May 16, 2025 · 3:51 PM
#1372
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת אמור ח"ב - ליל ל"ג בעומר - בקרב קהילתינו הק' לאנדאן =


ארום 9:00 אויפדערנאכט איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה אינאיינעם מיט א ריזן ציבור תושבי העיר און אנשי שלומינו פון די ארומיגע שטעט וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם מעמד ההדלקה בראשות דעם רב שליט"א,
פארן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף ליכט,
נאכ'ן דאווענען האט הגה"צ אב"ד ור"מ לאנדאן שליט"א אויפגעטרעטן און מיט פאסיגע דיבורים מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול הגה"צ דער רב שליט"א וועלכע איז נעתר געווארן לבקשתם און געקומען פראווענען ל"ג בעומר און דעם נאכפאלגענדן שבת קודש לרגל די שמחת הקידושא רבא להולדת נכדתו למז"ט, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום געהויבענעם מעמד ההדלקה.

דערנאך האט מען פארקויפט די זכותים נשגבים פונעם הדלקה,
די זכות ההדלקה איז געווארן אפגעקויפט דורך הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק לכבוד דעם רב שליט"א,
דעם זכות פונעם ערשטן פך שמן איז געווארן אפגעקויפט דורך הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו לכבוד הגה"צ אב"ד ור"מ לאנדאן שליט"א.

אום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור, פאר מעריב האט דער רב געצינדן פינעף אויל ליכט כנהוג,
דערנאך האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז מען ארויס צום שטח ההדלקה בחצר הביהמ"ד און דער רב האט משמיע געווען פייערדיגע דיבורים לכבוד היום,
דער רב האט אויסגעטיישט די ווערטער אינעם פיוט ידיד נפש 'ירוץ עבדך כמו איל ישתחוה און אל מול הדרך, הדור נאה זיו העולם נפשי חולת אהבתך', און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז דאס גייט ארויף אויפ'ן תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואס ער האט אריינגעברענגט אין אידישע קינדער דעם נקודה פון זיך הייבן צום אויבערשטן און אויסגיין פאר'ן אויבערשטן, און מ'בעהט דעם תנא רשב"י יעצט אין זיין יומא דהילולא אז ער זאל טאקע נאנט מאכן אידישע קינדער לאביהם שבשמים,
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם גרויסן טאג אין וואס מ'שטייט, און וויפיל מ'קען זיך אלץ אויסבעטן און אויס'פועל'ן בזכות התנא האלוקי, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט בשעת דער רב איז מוריד נחלי דמעות, דערנאך איז דער רב צוגעגאנגען צום מדורה און געגאסן אויל אויפ'ן מדורה בשעת דער ציבור איז ממשיך מיט ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער רב מכבד געווען צו גיסן צווישן אנדערע הגה"צ אב"ד ור"מ לאנדאן שליט"א און הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א - דומ"ץ וראה"כ דקהילתינו הק',
דערנאך האט הרה"ח אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהילתינו הק' איבערגעגעבן פאר'ן רב דעם פאקל מיט וואס דער רב האט אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערנאך האט דער רב מכבד געווען צו צינדן הגה"צ אב"ד ור"מ לאנדאן שליט"א,
און עס האט תיכף נאכגעפאלגט מיט ריקודי קודש בעוז ותעצומות,
דער רב איז געטאנצן פאר לענגערע מינוטן אויפ'ן אויבנאן ברשפי אש קודש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און געהויבן דעם ציבור זקנים עם נערים ווען דער גאנצער ציבור טאנצט לקראתו זיך פרייענדיג בהאי יומא דקא גרים בהילולא דבר יוחאי,
דערנאך האט מען געזינגען די פיוטי ל"ג בעומר, בר יוחאי, ואמרתם כה לחי, אמר רבי עקיבא, און ממשיך געווען צו טאנצן אויף ניגוני שמחה פאר א לענגערע צייט.

מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם שטח הדלקה אויפ'ן וועג לבית האכסניא.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 126