🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 6:26 AM
#1412
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת אמור - יום ל"ג בעומר - בקרב קהילתינו הק' לאנדאן =

ארום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הישיבה קטנה צו תפילת שחרית,
דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, און געזאגט ברכות,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, דער רב האט געלייגט רבינו תם'ס תפילין, און דערנאך זענען אלע בחורים אריבער שלום נעמען.

ארום 10:45 איז דער רב אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' זאב פעלדמאן שליט"א - רב דקהל עץ חיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע לענגערע שמועס בהלכה, און נאך פילע ענינים פאר איבער א האלבע שעה, און מ'האט זיך געזעגנט לשלום.

ארום 11:15 איז דער רב צוריק אנגעקומען אין ישיבה קטנה צום סעודה לכבוד היום,
דער רב האט זיך געוואשן און אויפגעריסן די חלה כנהוג אום ערב שבת,
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, און דערנאך האט הגה"צ אב"ד ור"מ קהילתינו לאנדאן שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד היום, און דערביי באדאנקט דעם רב שליט"א פאר'ן זיך מטריח זיין בטירחא דגברא רבא צו קומען פראווענען ל"ג בעומר און שבת בקרב הקהילה.

מ'האט געזינגען די זמירות ל"ג בעומר, און דערנאך אויפגעגעבן די איבריגע מאכלי הסעודה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה מיט פילע הדרכות ישרות און עניני השקפה וואס זענען נוגע פאר בחורי חמד,
און ארומגערעדט בעניני הילולת התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, זיין גרויסן כח אין אלע הינזיכטן, און וואס מען דארף זיך אפלערנען און מקבל זיין, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רב פארטיילט געבענטשטע מטבעות פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בשליחות הקודש פאר די בחורים וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע,
מ'האט גענדיגט ארום 12:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 12:40 איז דער רב אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בנין התלמוד תורה דמוסדותינו הק' און געפראוועט א מעמד הדלקה לכבוד ל"ג בעומר אינאיינעם מיט די ילדי תשב"ר,
דער רב איז ארויס אינעם חצר הת"ת וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די ילדי תשב"ר,
צום ערשט האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, און דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז ל"ג בעומר ווייזט אויף דעם פייער וואס ברענט ביי יעדן איד אין הארץ, און ארומגערעדט בגודל קדושת היום אין וואס מ'קען זיך אלעס אויסבעטן,
דער רב האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די קינדער און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות, און בשעת מעשה האט דער רב צוגעטרעטן צום מדורה און געגאסן אויל און דערנאך אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי,
דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין אינאיינעם מיט די מלמדים און ילדי תשב"ר וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, מ'האט געזינגען די זמירות ל"ג בעומר און נאך ניגוני שמחה,
מ'האט געענדיגט ארום 1:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הת"ת אויפ'ן וועג לבית האכסניא.

ארום 6:45 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אויף א באזוך ביי מחותנו הרה"ג ר' חיים יודא לייבוש באב"ד שליט''א - ראש ישיבת תורת חסד,
עס איז זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און מ'האט זיך געוואונטשן לרגל דעם שמחה,
אויפ'ן וועג ארויס האט דער רב אנגעוואונטשן פאר די יולדת, און דער רב איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 7:20 איז אריבערגעקומען בבית האכסניא הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מראה"ק דקהילתינו הק' אין מאנטשעסטער וועלכע איז געקומען אויף שבת קיין לאנדאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס אין די קהילה אין מאנטשעסטער, און ר' חיים יוסף האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט פאר'ן רב איבער די שריפה וואס האט אויסגעבראכן פארגאנגענעם ווינטער בבית מדרשינו הגדול אין מאנטשעסטער און די פראיעקט צוריקצושטעלן דעם ביהמ"ד על מכונו, און די פלענער איבער דעם היכל התורה לב אהרן וואס מען גרייט זיך צו באנייען בקרוב, און אזוי אויך די ווייטערדיגע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה,
און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 107