🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 11:48 PM
#1517
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת בהר בחוקותי - ביקור חיזוק בקרב קהילתינו הק' לאנדאן =

ארום 9:00 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען אריינכאפן די לעצטע מינוטן פונעם געהויבענעם באזוך,
בעל תפילה: מוה"ר אשר אנשיל יונגרייז הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען,
מ'האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית האכסניא.

ארום 11:30 איז הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א אריבערגעקומען אויף א ביקור גומלין צום רב בבית האכסניא, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס און מ'האט זיך געזעגנט לשלום.

ארום 12:15 מיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה גדולה דמוסדותינו הק', דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה, און צום ערשט ארויסגעברענגט לשבח די צוויי אחים לדבר מצוה הרה"ח ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהילתינו הק', ואחיו הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש למען הצלחת הישיבה, דער רב האט גערעדט פונעם באזוך פארגאנגענעם יאר ווען מען האט נאך געהאלטן אין די פריע שטאפלען פון די פלענער, די געדאנקען וואס די צוויי ברודער האבן אראפגעלייגט אויפ'ן טיש האט דאן אויסגעזעהן ווייט פון מציאות און ווי א חלום, אבער זיי זענען געגאנגען מיט'ן פולסטן קראפט און אפגעקויפט א בנין פאר די ישיבה און אריינגעגאסן דארט דמים תרתי משמע, און היינט זעהט מען פאר די אויגן אזא הערליכע ישיבה וואס איז אוועקגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות, און אין בלויז דעם קורצן יאר צייט זייט דעם פתיחת שערי הישיבה איז עס אויסגעשטיגן צו זיין פון צווישן די בעסטע ישיבות איבער דער גארער וועלט, וואס דאס איז אלעס צו פארדאנקען די געטרייע עוסקים במלאכת הקודש וואס רוען נישט קיין מינוט און מאכן זיכער אז אלעס זאל זיין מסודר על צד היותר טוב.

דער רב האט ארומגערעדט איבער וואס א ישיבה איז אוועקגעשטעלט און וואס מען קען קונה זיין אין די יארן, און ארויסגעברענגט אז דער עיקר פון א ישיבה איז נישט די תקנות וואס מען שטעלט אוועק, נאר דער ענדגילטיגער ציהל איז צו זיצן און לערנען, שטייגן על התורה ועל העבודה, זיך אפצולאזן פון אלע הבלי עולם הזה, נאר כדי צו קענען אנקומען דערצו דארף מען זיך האלטן צו גדרים וסייגים אזויווי ביי יעדע זאך אין כל התורה כולה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ארום 1:00 איז דער רב אנגעקומען אינעם נייעם בנין הכולל דקהילתינו הק' וועלכע איז געעפנט געווארן דעם פארגאנגענעם זמן החורף העעל"ט, דער רב איז ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פון די הנהלת הכולל און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצע בנין,
דערנאך איז דער רב אריין בהיכל הכולל און משמיע געווען א דרשה פאר די אברכים, דער רב האט ארומגערעדט בשבח פונעם כולל בראשות דעם ראש הכולל הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א וועלכע גיבט זיך איבער פאר יעדן פרט ופרט אינאיינעם מיט אלע ראשי הכוללים, און ארויסגעברענגט ווי שטארק דער כולל איז באקאנט אין דער וועלט לשם ולתפארת, און ווי בנו הר"ר אלעזר שליט"א זאגט כסדר אז ער וויל נישט צוריקקומען קיין ניו יארק ווייל אין ערגעץ איז נישט דא צו טרעפן אזא גוטן כולל.

דערנאך האט דער רב פארגעלערנט א לענגערע טיפע פלפול אין די סוגיא וואס די יונגעלייט זענען עוסק, געבויעט גג על גג מספרי ראשונים ואחרונים, די שיעור האט זיך פארצויגן פאר איבער א האלבע שעה ווען די לומדים שעפן חיות דקדושה פון דעם כח התורה און הערליכן פלפול, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך איז דער רב אריין אין שטיבל אינאיינעם מיט'ן ראש הכולל הגה"צ ר' שמעי לעוו שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס און מ'האט זיך געזעגנט לשלום.

ארום 1:50 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת תורת חסד וואו דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך זענען אלע תלמידים זענען אריבער שלום נעמען.

ארום 2:10 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג צום לאנדאן היטראו לופטפעלד, פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער ארום 5:40 נאכמיטאג ארטיגע זייגער, 12:40 מיטאג ניו יארק'ע זייגער אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד אין ניו יארק,
די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אום 7:25 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער שליסנדיג מיט דעם די געהויבענע קורצן נסיעה וועלכע האט איבערגעלאזט הויפענעס חיזוק והדרכה פאר כלל אנשי שלומינו תושבי עיר הבירה לאנדאן.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בביהמ"ד הגדול, נאך מעריב האט דער רב געציילט ספירה פארן עמוד בהתלהבות אש קודש.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 166