🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ׳ אייר תשפ״ה · May 18, 2025 · 11:18 PM
#1515
= דרשת פרקי אבות =

ארום 7:10 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט פארגעלערנט פרקי אבות,
עס איז געווען פארזאמעלט א ריזן ציבור תושבי העיר אינאיינעם מיט פילע רבני ודייני העיר, דער היכל הביהמ"ד איז געווען מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור לאלפים.

דער רב האט זיך געשטעלט אויף דעם ערשטן משנה אין פרק ד' 'בן זומא אומר איזהו חכם הלומד מכל אדם', און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים במשך דעם דרשה.

דער רב האט משמיע געווען דברי הכנה צום יום טוב שבועות הממשמש ובא ארומרעדנדיג איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם יום טוב,
דער רב האט נאכגעזאגט פילע נקודות און מימרות פון רבותינו הקדושים און צדיקים הקודמים, ארויסברענגענדיג אויף וואס דער יו"ט איז אוועקגעשטעלט געווארן, וויפיל מ'קען זיך אויסבעטן אין דעם טאג, וואס מען קען אלץ אויס'פועל'ן באותו היום, און נאך.

דער רב האט א לענגערע צייט מאריך געווען ארומצורעדן אינעם ענין פון מתפלל זיין ביי אהבה רבה און זיך אויסוויינען פאר'ן בורא כל עולמים וואס דורכדעם קען מען נשתנה ווערן לאיש אחר און זוכה זיין צו דערגרייכן הבנת התורה אויף אן אויסטערלישן פארנעם, און ארויסגעברענגט אז תפילה איז דער שליסל צו דעם,
און דערביי דערציילט עטליכע ערשט האנטיגע מעשיות וואס האט זיך אפגעשפילט אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט, צווישן אנדערע א לעצטיגע מעשה ווען דורכאויס די וועכנטליכע באזוכן אין די ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג איז אויסגעקומען צו פארהערן די בחורים, און שפעטער האט דער מנהל אנגעוויזן פאר'ן רב וועלכע האט אויסגערימט א בחור וואס האט ספעציעל גוט געקענט אז ס'איז זיין זוהן און ער פלעגט ביז היינט נישט קענען לערנען, ביז איין יאר שבועות איז ער ארויס פון ביהמ"ד ביי אהבה רבה און זיך אויסגעוויינט, און זייט דעמאלטס איז ער פון די בעסטע בחורים אין ישיבה.

דער רב האט ארומגערעדט איבער די קשר וואס א טאטע דארף האבן מיט זיינע קינדער וואס דא אין אייראפע איז פיל וויכטיגער צו רעדן דערפון ווייל די מענטאליטעט איז אז די געפילן זענען מער באהאלטן, אבער דאס ברענגט שפעטער פראבלעמען, מען דארף זעהן צו געבן די ריכטיגע ווארעמקייט פאר די קינדער און עס וועט צוניץ קומען אין די שפעטערע יארן, און אויב נישט איז מען נישט יוצא די חיוב וואס א טאטע האט מגדל צו זיין די קינדער און מען פירט נישט אויס די חלק השותפות וואס מ'האט אינעם קינד,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

= רעוא דרעוין =

ארום 8:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: מוה"ר יעקב יצחק גרינפעלד הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' אברהם גאטטעסמאן הי"ו,
כהן: מוה"ר פנחס פריעדמאן הי"ו - מנאמני בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
לוי: מוה"ר יעקב הערש הורוויץ הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו - מראה"ק דקהילתינו הק',
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר וואלף בער וויזענפעלד הי"ו - מנאמני בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער הי"ו,
און מ'האט ממשיך געווען מיט ווארעמע ניגונים און ניגוני התעוררות ללימוד התורה, ועוד.

דער רב מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א צו זאגן דברי תורה, און ער האט גערעדט קורצע ווערטער,
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'כל מלאכה לא תעשו, שבת הוא לשם בכל מושבותיכם', און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז שבת ווערט נעקר דעם יצר הרע פון א יעדן איד'ס הארץ, און מיט דעם אויסגעטיישט דעם פיוט 'בר יוחאי מושב טוב ישבת',
דער רב האט ממשיך געווען א לענגערע צייט בדברי הכנה ליום טוב שבועות הבעל"ט, און ארומגערעדט בגודל לימוד התורה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

קל מסתתר: מוה"ר משה שווארץ הי"ו,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל מאיר שרייבער הי"ו,
נאך תפילת מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 11:00 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית האכסניא אין באגלייטונג פון פילע אנשי שלומינו.
👁 136