🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח סיוון תשפ״ה · Jun 24, 2025 · 2:33 AM
#1756
ארום 10:00 אזייגער האט רבינו שליט"א פארלאזט די בנין הישיבה און אהיימגעפארן קיין ק"י,
און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל שמעון רובין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברמ"ח גאלדשטיין הי"ו - ק"י,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר זלמן לייב שעהנפעלד הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר שבתי קארפן הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יחזקאל לאנדא הי"ו, אין די זאלן פון אולם פרענקל.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך מוה"ר יושע געלבשטיין הי"ו בביתו,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר אפרים שטערן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם גראס הי"ו - ב"פ, אין די זאלן פון לומינענס.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק', און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 146
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח סיוון תשפ״ה · Jun 24, 2025 · 2:33 AM
#1755
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת קרח =

ארום 8:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ב ע"ב - מ"ד ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 4:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען בבית מוה"ר יחזקאל שרגא בראך הי"ו וואו עס איז פארגעקומען דעם סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה נדבת הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - נדבן ופטרון ישיבה לצעירים,
דער רב האט באשיינט דעם אויבן אן פאר א לענגערע צייט, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן נדבן, און פאר'ן בעל אכסניא, און פאר אלע בני המשפחה,
מען האט געזינגען ניגוני תורה וניגוני שמחה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בענין הכנסת ספר תורה, און ממשיך געווען בשבח פונעם חשוב'ן נדבן ר' אברהם ווי ער געבט זיך אלץ אוועק פאר תורה און איז מחזיק תורה במלא חפנים, און ער איז אייביג ווארעם לכל דבר שבקדושה והרמת קרן התורה והחסידות בקרב קהילתינו הק',
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן חשוב'ן נדבן ובני משפחתו, און פאר אלע משתתפים,
דערנאך האט דער נדבן געמאכט הגבה אויפן ספר תורה און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיטן ספר תורה און מיטן גאנצן ציבור.

ארום 5:30 איז דער רב אנגעקומען צום בנין ישיבה לצעירים און אריינגעפירט דעם ספר תורה בהיכל הביהמ"ד אין ישיבה באגלייט מיט פייערדיגע ריקודין בעוז ותעצומות,
דער רב האט ממשיך געווען צו טאנצן מיט'ן ספר תורה ארום דעם גאנצן היכל הביהמ"ד ברשפי אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איבערגעגעבן דעם ספר תורה פארן נדבן ובני משפחתו, און דערנאך פארן מנהל הישיבה הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א.

ארום 6:00 אזייגער איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בהיכל ישיבה לצעירים צום שמחת הכנסת ספר תורה,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
און רבינו שליט"א האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בחדרו הפרטי אין ישיבה.

נאך מנחה איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיט א מעמד חנוכת הבית פארן בנין הישיבה,
מען האט א לענגערע צייט געזינגן פילע ניגוני שמחה, און עטליכע פון די בני המשפחה פונעם נדבן האבן אויפגעטרעטן.

ארום 8:30 איז דער רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל ישיבה לצעירים צום סעודה,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א מיט דברי שבח פונעם חשוב'ן בעל שמחה ונדבן הישיבה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
עס האבן אויפגעטרעטן ר' וואלף מאיר ווייס הי"ו - חתן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו, הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א, און הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בוקר ויודע ה' את אשר לו' און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים, בפרט איבער אויפשטיין פארטאגס, זאגענדיג אז ווען א בחור שטייט אויף פארטאגס לערנען ווייסט מען אז ער איז א ערליכע און חשובע בחור,
דערנאך האט רבינו שליט"א ארומגערעדט איבער חבורת תורתך שעשועי אז מען הייבט יעצט אן די צווייטע מאל ש"ס און אסאך מענטשן שליסן זיך אן, עס איז זייער חשוב ביים רבש"ע אבער עס איז די זעלבע חשוב ביים רבש"ע איינער וואס קען נישט לערנען קיין בלאט גמרא א טאג אבער ער האט זיך זיינע קביעות'דיגע שיעורים צו עס זאל זיין חבורת יסודי התורה אדער אפילו אנדערע שיעורים, עס איז די זעלבע הייליגע תורה, און מען איז זיי שטארק מחזק,
רבינו שליט"א האט מסיים געווען בשבח פונעם חשוב'ן נדבן הישיבה ונדבן הס"ת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע לאזט זיך קאסטן אזויפיל געלט פאר די ישיבה און אזוי אויך די קעמפ פון די ישיבה, און דאס איז חוץ פון זיינע אנדערע פילע נדבות פאר קהלתינו הק', דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב בכל ענינים און אנגעוואונטשן הצלחה פאר בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וראש הישיבה, און פאר אלע רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
👁 139
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח סיוון תשפ״ה · Jun 24, 2025 · 12:25 AM
#1752
🌴 בצל מורינו 🌴
ערשטע בילדער: שמחת קישור החיתון פון נכדת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הכלה בתו הבכורה של בנו הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א, חתן הגה"צ אדמו"ר מ'מאשלוי שליט"א, עב"ג החתן פרע"ח הרב יעקב יצחק שליט"א, בן הגה"צ ר' חיים צבי הלוי ראטטענבערג שליט"א - אבד"ק פינטשוב, בן הגה"צ אב"ד וואוידיסלאב זצ"ל, יעצט בבית הרה"ח ר' חיים יודל לעפקאוויטש הי"ו אין בארא פארק.
~🌴~
👁 2.42K
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ז סיוון תשפ״ה · Jun 23, 2025 · 11:30 PM
#1748
↩
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת קרח אויפדערנאכט =

די מסיבת לחיים לרגל דעם שמחת קישור החיתון וועט פארקומען 12:00 בבית הרה"ח ר' חיים יודל לעפקאוויטש הי"ו אין בארא פארק.

= שישו ושמחו בשמחת רבינו =
~🌴~
👁 2.47K
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ז סיוון תשפ״ה · Jun 23, 2025 · 11:10 PM
#1747
🌴בצל מורינו🌴
= קול רנה וישועה באהלי צדיקים - סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל =

ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ולבנו בכורו כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לרגל שמחת קישור החיתון למז"ט פונעם אור אייניקל ביי עטרת ראשינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און אייניקל ביי כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א חתן כ"ק גאב"ד דקהילתינו ב"פ שליט"א.

הכלה בתו הבכורה של הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א, חתן הגה"צ אדמו"ר מ'מאשלוי שליט"א, עב"ג החתן פרע"ח הרב יעקב יצחק שליט"א, בן הגה"צ ר' חיים צבי הלוי ראטטענבערג שליט"א - אבד"ק פינטשוב, בן הגה"צ אב"ד וואוידיסלאב זצ"ל.

= שישו ושמחו בשמחת רבינו =
~🌴~
👁 2.55K
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ז סיוון תשפ״ה · Jun 23, 2025 · 5:46 PM
#1746
= רעוא דרעוין =

ארום 8:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט די זמירות האט דער רב מכבד געווען חשובי אנשי שלומינו הנאספים.

דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויף די פסוקים אין די וואכעדיגע פרשה, און עס אויסגעטייטשט מתובל בדברי מוסר וחסידות,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די קומענדיגע וואכן וואס אסאך אנשי שלומינו וועלן וויילן אויף די בערג אין די קאנטרי'ס, און ארויסגעברענגט אז מען דארף געדענקען מיטצונעמען די גוטע זאכן פון שטאט לדוגמא ממשיך צו זיין בלימוד התורה יעדן זונטאג אזויווי א גאנץ יאר, ובפרט וואס ס'איז לעצטנס נתרבה געווארן די כח התורה אין די זונטאג'ס אין ראם פון חבורת יסודי התורה און תורתך שעשועי, ספעציעל יעצט מיט די ריבוי הלומדים בחבורת תורתך,
און אזוי אויך סיי וואס פאר א גוטע זאך מען זעהט אין די קאנטרי קען מען אהיימנעמען, און געזאגט בדרך צחות אז מ'קען זיך אויסלערנען אז מען דארף נישט ענדיגן דאווענען שבת פונקטליך צוועלעף אזייגער, נאר מען קען דאווענען במתינות און ענדיגן שפעטער.

דערנאך האט דער רב מאריך געווען א לענגערע צייט איבער די מצב נורא ואיום בעת המלחמה בארץ הקודש, און ארומגערעדט איבער די טומאת וזוהמת הציונות און זייער פאלשקייט, און ארויסגעברענגט בדברים קילורין לעינים די חובת השעה בשיטה הקדושה פון רביה"ק זי"ע בספרו הק' ויואל משה וואס מיר דארפן האלטן פאר די אויגן,
צום ערשט האט דער רב ארויסגעברענגט אז דער מדינה הטמאה האט די ציונים ימ"ש געגרינדעט מיט'ן אנגעבליכן ציהל אז אידן זאלן קענען לעבן רואיג על מי מנוחות אן קיין צרות, אבער למעשה שטעלט זיך ארויס דער פאקט אז ארץ ישראל איז דער מסוכנ'דיגסטע פלאץ איבער די גארער וועלט,
און ארומגערעדט איבער די פחד און געפערליכע דרוק אונטער וואס די איינוואוינער לעבן דארט, די אומסטאבילע מצב אין וואס מען געפונט זיך ווען חדרים זענען פארשפארט, מען דארף ארויסלויפן אינמיטן די שבת'דיגע סעודה, און מען ווייסט נישט מה יולד יום, עס לאזט איבער א רושם אויפ'ן גאנצן לעבן, חוץ פון דעם וואס עס ברענגט מיט מיט זיך זייטיגע עפעקטן ווי אז יעצט בשעת המלחמה איז אין יוצא ואין בא, און נאך.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די מחשבה רעה וואס כאפט זיך אריין ביי געוויסע אז זייער גוט מען האט עלימינירט דעם רשע, און זיי טארן טאקע נישט האבן דעם שעדליכן וואפן וכדומה, און ארויסגעברענגט אז חוץ פון די סאטמאר'ע שיטה איז עס פשוט נישט אמת, ס'איז אזוי גערופענע נצחונות, כסדר זאגן זיי אז מען גייט אריינגיין און אפווישן א געוויסן מקום, מ'גייט מסדר זיין א געוויסע פלאץ, אבער ס'גייט אדורך וואכן און חדשים און מפטירין כדאתמול,
און בכלל, ווען מען רעדט איבער די נייעס דארף מען זיך זייער שטארק היטן אז מען זאל נישט נכשל ווערן אין קיין שום ווארט מינות און כפירה, עס איז זייער שווער ווען מען ליגט אין די נייעס אז עס זאל נישט פאסירן,
אנשטאט דעם זאל מען נעמען א ויואל משה אדער אן על הגאולה און עוסק זיין דערין לדעת את המעשה אשר יעשון, צו וויסן וואס מען מעג און וואס נישט, אדער פשוט נעמען א תהילים און אינזין האבן אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש הנתונים בצרה ובשביה, און מתפלל זיין אז דער גאנצער מדינה זאל בטל ווערן אן קיין שום נזק פאר אידישע קינדער, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר יואל קליין הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' הלל טייטלבוים הי"ו - ק"י,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאכ'ן בענטשן האט דער רב געזאגט די ברכות לרגל די שבת שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר חיים בצלאל בלום הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר לייבוש ברמ"מ טייטלבוים הי"ו.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 428
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ז סיוון תשפ״ה · Jun 23, 2025 · 5:46 PM
#1745
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת שלח =

ערש"ק ארום 8:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 12:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען מוה"ר אברהם שלמה דרעזנער הי"ו,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'כל נשיא בהם' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול, דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט אז די נשיאים די חשוב'ע אידן דארפן קאכן אין א שבת קודש, נשי"א איז ר"ת י'ה א'כסוף נ'ועם ש'בת,
מען האט אויפגעגעבן לעבער,
ויהיו רחמיך: מוה"ר דוד ווייס הי"ו,
ברכת המזון: בנו הר"ר זלמן לייב שליט"א.

נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון רבותינו הקדושים וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן וואך.

אז ביום השביעי: האברך בן הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות,
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מוסף,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
און דערנאך ארום 12:20 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 128
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ו סיוון תשפ״ה · Jun 22, 2025 · 10:57 PM
#1735
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד חנוכת הבית פארן בנין ישיבה לצעירים אין וומ"ס אינאיינעם מיט די סעודה לגומרה של תורה לרגל די שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו בהיכל ישיבה לצעירים אין וומ"ס בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 146
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ו סיוון תשפ״ה · Jun 22, 2025 · 8:55 PM
#1734
↩ Photo
0:13 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴
נאך בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה נדבת הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו בבית בנו הרה"ח ר' יחזקאל שרגא בראך הי"ו, וואס איז אריינגעגעבן געווארן בהיכל ישיבה לצעירים, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 133
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ו סיוון תשפ״ה · Jun 22, 2025 · 8:15 PM
#1730
🌴בצל מורינו🌴
ערשטע בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו בהיכל ישיבה לצעירים אין וומ"ס בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 130
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ו סיוון תשפ״ה · Jun 22, 2025 · 7:34 PM
#1723
1:00 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
1:00 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:51 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴 בצל מורינו 🌴
ערשטע בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים אריינפירן דעם ספר תורה בהיכל ישיבה לצעירים, וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.
~🌴~
👁 124
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ו סיוון תשפ״ה · Jun 22, 2025 · 5:06 PM
#1718
🌴בצל מורינו🌴
ערשטע בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה נדבת הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו בבית בנו הרה"ח ר' יחזקאל שרגא בראך הי"ו, וואס וועט אריינגיין שפעטער נאכמיטאג בבנין ישיבה לצעירים, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 125
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ד סיוון תשפ״ה · Jun 20, 2025 · 2:20 PM
#1707
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת שלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ד ע"ב - מ"ה ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב'.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 139
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ד סיוון תשפ״ה · Jun 20, 2025 · 2:20 PM
#1706
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת שלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ד ע"ב - מ"ה ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

ארום 6:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום מעמד כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - נדבן ופטרון הישיבה, און וועט אריינגעגעבן ווערן ברוב פאר והדר אינעם בנין הישיבה דעם קומענדיגן זונטאג קרח בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

נאך מנחה איז פארגעקומען דעם מעמד כתיבת האותיות,
מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים, דער רב האט ארומגערעדט בדברי הכנה לימי הקיץ, און אויסגעשמועסט פילצאליגע נושאים וואס זענען נוגע פאר די בחורים אין די וואכן וואס מען וויילט אין קעמפ, צווישן אנדערע האט דער רב מאריך געווען אינעם ענין פון אויפשטיין פארטאגס.

באזונדער האט דער ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשוב'ן נדבן ר' אברהם הי"ו וואס איז מוזיל זהב מכיסו און איז מחזיק דעם ישיבה מיט א ברייטע האנט אז די בחורים זאלן קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת, און ער געבט כסדר געלט לכל קדשי קהילתינו הק' און פיל מער,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר'ן נדבן ובני משפחתו, און פאר די תלמידי ורמ"י הישיבה.

דערנאך איז אנגעקומען אויפן פלאץ הגה"צ אדמו"ר מ'מעליץ שליט"א,
דער רב האט זיך ווארעם באגריסט און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
דערנאך האט האדמו"ר מ'מעליץ אריינגעשריבן אן אות אינעם ספר תורה, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן דברי ברכה,
מען האט געטאנצן פאר עטליכע מינוט און האדמו"ר מ'מעליץ האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און געזינגען ויהי נועם פאר לענגערע מינוטן,
דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן נדבן ובני משפחתו, פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט זיך דער רב האט ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור א לענגערע צייט,
ארום 8:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך הרה"ח ר' וואלף בער וויזענפעלד הי"ו, וואס איז פארגעקומען בביתו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' וואלף בער הי"ו ובני משפחתו,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי ברכה און ארומגערעדט איבער די גרויסע שמחה פון מסיים זיין גאנץ ש"ס, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 133
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ד סיוון תשפ״ה · Jun 20, 2025 · 3:06 AM
#1704
🌴בצל מורינו🌴
דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א היינט נאכמיטאג ביים מעמד סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק וומ"ס ופטרון ישיבה לצעירים און וועט אריינגעגעבן ווערן קומענדיגן זונטאג קרח אין ישיבה לצעירים בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 138
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ג סיוון תשפ״ה · Jun 19, 2025 · 5:59 PM
#1703
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת שלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ד ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

ארום 6:30 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי הרה"ג ר' יחזקאל אינזליכט שליט"א - מו"ץ בקהילתינו לאנדאן ומשפחתו היושבים ע"פ האה"ח ע"ה אשת הרה"ח ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו,
און דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אברהם ברז"ל גליק אין די זאלן פון אולם פרענקל.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום נייעם בנין פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה אין די קארנוואל געגנט וועלכע האלט אין די לעצטע בוי פאזעס, וואו עס איז פארגעקומען נאך א מסיבה אינאיינעם מיט די עלטערן פון די תלמידי הישיבה לטובת דעם נייעם בנין.

ארום 9:30 איז דער רב אנגעקומען און באגריסט אלע משתתפים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער יושב ראש המעמד הר"ר חיים שלמה קרויס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי פתיחה און באגריסט דעם ציבור,
דערנאך האט דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה איבער די מעלות פונעם ישיבה און אלעס ארום.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה וואו דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם בליה און וואוקס פון די ישיבה און די הצלחה וואס האט זיך ארויסגעשטעלט למעלה מן המשוער,
דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט דעם נחיצות הענין פון שטיצן דעם ישיבה און די זכותים וואס מ'קען זיך איינקויפן דערמיט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

צום שלוס פונעם מסיבה האבן די משתתפים בייגעשטייערט גרעסערע סכומים ארויסצוהעלפן מיט די הוצאות פונעם נייעם בנין וואס איז ערווארטעט צו אריינגיין אין באנוץ אין די קומענדיגע וואכן בעז"ה, און עס איז אינאיינעם געשאפן געווארן אויפ'ן פלאץ קרוב צו א האלבן מיליאן דאללער פאר'ן נייעם בנין,
ארום 11:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון החתן בן הר"ר יחיאל גוטמאן שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים וומ"ס, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - חבר הנהלת המתיבתא, אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף איהעל קט., און ארום 12:45 געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש,
מ'האט געענדיגט ארום 1:10, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק אהיים קיין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 145
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ב סיוון תשפ״ה · Jun 18, 2025 · 11:24 PM
#1702
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת שלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ד ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

ארום 5:40 נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ניו דזשערסי וואו דער רב האט מסדר קידושין ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מאיר יצחק ווייס הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם יודא באנדא הי"ו אין די זאל פון ברייטסטאון.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי,
ביים אנקומען אין מאנסי ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר ישראל דוד ראטשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים לעווי הי"ו אין די זאל פון אטריום,
און ביים שמחת החתונה פון החתן בן הר"ר יהושע העשיל זילבער שליט"א בן הגה"צ גאב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים שליט"א וחתן הגה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א - אב"ד קול יהודה פריימאן, עב"ג הכלה בת ש"ב הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי, בן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א וחתן הרה"צ ר' מאיר טייטלבוים שליט"א, אין די זאל פון עטרת טשארנא.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין שטאט,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל רייך הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים בצלאל בלום הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר לייבוש ברמ"מ טייטלבוים הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 11:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק',
און דערנאך זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר חיים יקותיאל האלפערט שליט"א - ק"י, עב"ג הכלה בת הר"ר זלמן לייב קאהן שליט"א אין די זאל פון אימפעריעל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 135
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״א סיוון תשפ״ה · Jun 17, 2025 · 3:21 AM
#1701
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת שלח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ב ע"ב - מ"ג ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

שפעטער נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין די קארנוואל געגנט צום נייעם בנין הישיבה פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת דעם בנין וואו עס זענען געלאדענט געווארן די עלטערן פון די תלמידי הישיבה און נאך עטליכע נדבנים װעלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת דעם נייעם בנין הישיבה,
דער יושב ראש המעמד הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי פתיחה און באגריסט דעם ציבור,
דערנאך האט דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה איבער די מעלות פון די ישיבה און אלעס ארום.

באזונדער איז פארגעקומען א פאנעל מיט'ן קאנטראקטאר פונעם בנין מוה"ר פנחס גלויבער הי"ו וועלכע האט אויסגעשמועסט אלע דעטאלן פונעם מלאכת הבנוי' און נאך,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה און ארויסגעברענגט דעם נחיצות הענין פון שטיצן דעם ישיבה און די זכותים וואס מ'קען זיך איינקויפן דערמיט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

צום שלוס פונעם מסיבה איז פארגעקומען די חתימת שטרות וואו די נדבנים האבן אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן רב אפצוקויפן א זכות נצח אינעם נייעם בנין הישיבה, און עס איז דערביי געשאפן געווארן דעם פאנטאסטישן סכום פון אריבער א מיליאן דאללער לטובת דעם נייעם בנין,
ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו פון הכלה בת גיסו הגה"צ ר' חנוך העניך אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד אבני צדק ק"י, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' יושע שלום נתן רובין שליט"א - אב"ד גלאגוב ב"פ, וואס איז פארגעקומען בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין ביהמ"ד אבני צדק צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
נאכ'ן שבע ברכות האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב ב"ר שמואל לייב בראך הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א אין די זאל פון כינור דוד,
ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס, עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק מנחם בערגער הי"ו אין די זאל פון בית רחל פאראדייס,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שמשון אליעזר מארמארשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', אין די זאל פון גינת קליין,
און ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר יואל קרויס הי"ו בביתו בשכונת חתם סופר קרית יואל.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג,
ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר יואל בערגער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, עב"ג הכלה בת מוה"ר אלכסנדר גרשון ווייס הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל,
און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 173