🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ט סיוון תשפ״ה · Jun 15, 2025 · 4:10 AM
#1637
= רעוא דרעוין =

ארום 8:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
דער רב האט טועם געווען פיש און מען האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו - ק"י,
שיר המעלות: מוה"ר ברוך שטערן הי"ו.

דערנאך האט דער געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אל נא תעזוב אותנו, כי על כן ידעת חנותינו במדבר, והיית לנו לעינים', און עס אויסגעשטייטשט אויף צוויי מהלכים,
און דערביי ארומגערעדט איבער דעם מידה פון ענווה און ארויסגעברענגט ווי ווייט א איד דארף זיך מאכן אזויווי א מדבר, באזונדער האט דער רב נאכגעזאגט דעם נועם אלימלך וואס איז מסביר אז מיט איין אויג דארף מען זעהן גדלות הבורא און מיט די צווייטע דארף מען זעהן שפלות עצמו, און עס אויסגעטייטשט לפי דרכו.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם גרויסן שמחה צווישן חברי קהילתינו הק' וועלכע זענען אין די יעצטיגע טעג מסיים גאנץ ש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורים ועובדות פון רבותינו הקדושים למעלה בקודש ווי זיי האבן זיך געפריידט בשמחת התורה, און דערביי ארויסגעברענגט די שמחת התורה וואס מען דארף האבן ווען מ'איז מסיים גאנץ ש"ס אזויווי ביום שמחת תורה ווען מ'איז מסיים תורה שבכתב, און די כבוד התורה וואס מען דארף אפגעבן פאר די מסיימים, און דערנאך ארויסגעברענגט לשבח פון אנשי שלומינו חברי קהילתינו הק' לומדי חבורת תורתך שעשועי אז מיט דעם זענען מיר אייגנארטיג פון אלע אנדערע קהילות אז די בעלי בתים ווייסן "אפי' איך האב געענדיגט ש"ס, האב איך נאכנישט קיין דעת תורה", און זיי קוקן ארויף אויף די מורי הוראות און דיינים וואס האבן דעם דעת תורה און ווענדן זיך צו זיי אין יעדן ענין לדעת את המעשה אשר יעשון און פאלגן אלעס על פי הוראתם, און אזוי אויך טוען די בעלי בתים בני קהילתינו הק' שעצן די כולל יונגעלייט וועלכע זענען זיך מקריב פאר תורה און לעבן מתוך הדחק אלעס כדי צו קענען עוסק זיין בתורה אפי' זיי זענען נישט פון די מסיימים,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז פון דעם שמחה זאל נשפע ווערן נאך שמחות ביז מ'וועט זוכה זיין צו ביאת גוא"צ בב"א.

ידיד נפש: הר"ר יחיאל גוטמאן שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטע וואך.
~🌴~
👁 134